וואשינגטאן – ראבערט מוללער, וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, רוט נישט איין. נעכטן האט ער ארויסגעשטעלט פרישע קלאגעס אין פארבינדונג מיט זיין אויספארשונג. דאסמאל זענען די קלאגעס קעגן אלעקס וואן דער זעוואן, א האלענדישער לאיער, וועלכער ווערט אנגעקלאגט אין געבן פאלשע סטעיטמענטס און ליגנט-זאגן פאר עף-בי-איי אויספארשער. לויט די געריכטליכע דאקומענטן, האט זעוואן געמאכט די פאלשע סטעיטמענטס בשעת מוללער'ס געהילפן זענען אים געקומען אויספרעגן איבער זיין ארבעט פאר דעם אוקראינישן יוסטיץ מיניסטעריום, און ער האט דאן ליגנט געזאגט איבער זיינע פארבינדונגען מיט ריק געיטס, געוועזענער שותף פון געוועזענעם טראמפ קאמפיין טשעירמאן פאול מענעפארט. געיטס גרייט זיך, אגב, אין די נאענטע טעג צו שליסן אן אפמאך מיט מוללער, ארויסצוגעבן אלע סודות קעגן מענעפארט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל