יוטא – ווי באריכטעט נעכטן אין קורצן, איז פרעזידענט טראמפ אפיציעל ארויסגעקומען און באגריסט די סענאט קאנדידאטור פון מיט ראמני, שרייבנדיג א ווארימען מעסעדזש פאר אים אויף טוויטער. טראמפ האט געשריבן "מיט ראמני האט אנאנסירט אז ער לויפט פאר'ן סענאט אין די גאר גוטע סטעיט יוטא. ער וועט זיין א געוואלדיגער גוטער סענאטאר און א גוטער ערזאץ פאר אורין העטש. ראמני האט מיין פולע שטיצע און מיין אינדארסמענט!". ראמני האט שפעטער רעאגירט מיט א מעסעדזש, אז ער אקצעפטירט און איז דאנקבאר פאר טראמפ'ס אינדארסמענט, וואס די ליבעראלע מידיא האט זיך באלד ארויפגעכאפט דערויף און געשריגן אז ראמני איז א היפאקריט, ווייל אין יאר 16' האט ראמני געשריבן אויף טוויטער, אז ווען ער ווייסט ווען וואספארא ראסיסטישע זאכן טראמפ גלייבט, וואלט ער קיינמאל נישט אקצעפטירט אן אינדארסמענט פון אים (אין די יאר 12' וואלן.)

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל