ניו יארק – אן ארטאדאקסישע אידישע פרוי וועלכע דינט אלס טעראפיסט אין א נישט-אידישע עלעמענטערי שולע אין ברוקלין, האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דעם פרינציפל פון דער שולע, קלאגנדיג אז מען דיסקרימינירט קעגן איר צוליב איר אידישקייט. די פרוי אילעין קלאאס זאגט, אז זי איז די איינציגסטע ארטאדאקסישע איד וועלכע איז איינגעשטעלט אין דער "פי-עס 312" שולע, און די פרינציפל, פרוי סאנגמין יאו, האט ביי עטליכע געלעגנהייטן דירעקט ארויפגעשטעלט א פלעק אויף קלאאס'ס פראפעסיאנאלע רעקארד, וויבאלד זי האט פלאנירט אירע טעראפי סעסיעס אויף א וועג אז עס זאל נישט אפעקטירן איר שמירת שבת און ימים טובים. קלאאס טענה'ט אויך אז יאו האט דירעקט געטוישט אירע ארבעטס שטונדן, אז זי זאל דארפן אהיימגיין יעדן פרייטאג נאכמיטאג זייער שפעט, קוים קענענדיג אנקומען אינדערהיים באצייטנס אויף ליכט צינדן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל