ניו יארק – א פרישע אנגעצויגנקייט איז אנטשטאנען צווישן די ארטאדאקסישע אידישע געמיינדע אין אמעריקע, און דער ניו יארקער דעמאקראטישער סענאטאר טשאק שומער, נאכדעם וואס שומער איז ארויסגעקומען און קריטיקירט ארטאדאקסישע אידן פאר'ן נישט גענוג פארדאמען פרעזידענט טראמפ. שומער האט געזאגט אז יעדעס מאל ווען טראמפ פארנאכלעסיגט צו ארויסטרעטן שארף קעגן נעא-נאצישע און עקסטרעם-רעכטע ראסיסטן און אנטיסעמיטן אין די רעפובליקאנער פארטיי, הערט מען זייער א שוואכן אנטווארט און זייער א מילדן פראטעסט פון דער ארטאדאקסישער אידישער געמיינדע – און שומער'ס באשולדיגונג קעגן די ארטאדאקסישע אידן, האט געברענגט אן אנטווארט פון געוויסע אידישע ארגאניזאציעס, אז די באשולדיגונג איז לעכערליך.

עס איז יעצט פריש ערווענט געווארן די באריכטן ווי שומער האט זיך אנטזאגט צו אינטערווענירן און ארויסהעלפן, ווען עסקנים האבן אים געבעטן הילף מיט'ן באפרייען ר' שלום מרדכי רובאשקין הי"ו פון טורמע.

בילד




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל