וואשינגטאן – א "וואשינגטאן פאוסט" באריכט דעקט אויף, אז שוין גאנצע זעקס מאנאטן וואס פרעזידענט טראמפ לייענט נישט די "טעגליכע פרעזידענטליכע בריפינג" באריכט, וואס די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן גרייטן צו יעדן אינדערפרי פאר'ן פרעזידענט. טראמפ האט נאך בעפאר'ן איינגעשוואוירן ווערן געזאגט, אז ער וועט ווארשיינליך עס נישט לייענען יעדן טאג, ווייל ער איז גענוג קלוג, אבער אין אנהייב פלעגט ער עס יא לייענען, כאטש ער פלעגט פארלאנגען מער בילדער און "טשארטס", ווי איידער סתם לאנגע ווערטערליכע דעסקריפּציעס און באריכטן.

דער פאקט אז טראמפ קוקט ניטאמאל די באריכטן, נאר ער פארלאזט זיך אויף נאענטע ראטגעבער וואס געבן אים איבער געציילטע דעטאלן פון די באריכטן, איז אנדערש ווי די טראדיציע פון זיינע 7 פארגייער, אבער טראמפ'ס פארטיידיגער זאגן אז ס'איז נישטא קיין שום לעגאלער פארלאנג אז דער פרעזידענט זאל לייענען די באריכטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל