וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס שטאב הויפט דזשאן קעלי האט זיך געטראפן אין די לעצטע צוויי-דריי טעג אין צענטער פון א שטורעם אין ווייסן הויז, וויבאלד ער ווערט באשולדיגט אין פארנאכלעסיגן צו נעמען שריט קעגן דעם געוועזענעם ווייסן הויז שטאב סעקרעטאר ראב פארטער. עס איז באריכטעט געווארן אז קעלי האט געוואוסט פון פארטער'ס קרימינאלע רעקארד, און אז פארטער האט נישט געקענט באקומען א "סעקיוריטי קלערענס" צו מעגן קוקן קלאסיפייד דאקומענטן, און דאך האט קעלי געלאזט פארטער האבן די האקעלע הויכע פאזיציע פון שטאב סעקרעטאר – וואס דאס האט געברענגט פראגעס אין ריכטונג פון קעלי, פארוואס ער האט דאס צוגעלאזט. דער שטורעם ארום קעלי'ס שריט איבער פארטער, קומט אין דער זעלבער צייט וואס עס ווערט באריכטעט אז טראמפ איז זייער נישט צופרידן פון קעלי, און האט אפילו טעלעפאנירט לעצטנס זיין געוועזענעם שטאב הויפט רעינס פריבוס, זיך צו באקלאגן אז ער איז נישט צופרידן פון קעלי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל