קאליפארניע – ארום צען פראצענט פון אמעריקאנער ערוואקסענע ליידן פון טיניטוס, ד.מ. הערן א רינגען-קלאנג אינעם אויער, צייגט א פרישע שטודיע. רוב מאל איז שולדיג דערינען דאס וואס זיי זענען טעגליך אויסגעשטעלט צו הויכע גערודערס ביי דער ארבעט, און דאס שעדיגט זייער הערנקראפט און ברענגט דעם רינגערייען פראבלעם. די שטודיע איז דורכגעפירט געווארן דורך דאקטאר העריסאן לין, א שטודירער אינעם אוניווערסיטעט אוו קאליפארניע. וועלכער האט אנגעוויזן אז ביי אן אויספרעג אויף 75,768 אמעריקאנער, האבן 9.6 פראצענט געמאלדן אז זיי האבן אין די לעצטע 12 מאנאטן געליטן פון רינגערייען אין די אויערן. אז מען ברייטערט אויס די רעזולטאטן צו דער גאנצער אמעריקאנער באפעלקערונג, קומט אויס אז 21.4 מיליאן אמעריקאנער ליידן פון דעם פראבלעם.


בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל