רוים – מען האט שוין געהערט פון עזה טעראריסטן וואס גראבן טונעלן צו קענען דורכפירן טעראר אטאקעס, אבער גראבן טונעלן דורכצופירן א צירונג רויבעריי? דאס איז שוין א געניאלער איינפאל. אבער גענוי דאס האט פאסירט אין נעפאלס. זעקס איטאליענער רויבער זענען ארעסטירט געווארן, בעת זיי האבן פרובירט זיך אריינצוכאפן אין לוקסוסעריעזע צירונגען און זייגער געשעפטן, דורך קלעטערן אין די אונטערערדישע סוער רערן אין נעפאלס, כדי דורך די סוער ליניעס זיך אריינצוכאפן אין די געשעפטן און זיי בארויבן. די רעגירונגס אגענטן האבן געהאט באקומען אינפארמאציע איבער די רויבער, און זיי האבן צוגעגרייט פאליציאנטן וועלכע ספעציאליזירן זיך אין אבלאוועס אויף די סוער קאנאלן, צו כאפן די רויבער רויט-האנטיג, ווי מען זאגט, און די אפעראציע איז אריבער סוקסעספול.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל