די יו.ען. האט היינט אפעלירט צום אסאד רעזשים אז זי זאל באלדיג אפשטעלן אירע מאסיווע באמבאדירונגען אויף רעבלען קאנטראלירטע געגענטער, נאכדעם וואס לויט באריכטן זענען אין די לעצטע טעג צענדליגע אומגעקומען נאכדעם וואס די אסאד רעזשים מיט די הילף פון רוסלאנד האבן דורכגעפירט מאסיווע לופט אפעראציע איבער ציווילע געגענטער וועלכע ווערן געהאלטן דורך די סירישע רעבעלן.

די ״סירישע אבזערוואטערן פאר מענטשן רעכט״ האבן געזאגט אז אמווייניגסטנס 53 זענען אומגעקומען אין די אטאקעס אויף די שטאט אידליב און דומא נעבן דמשק. און פילע געגענטער זענען גענצליך רואינירט געווארן, א זאך וואס טוט פילפאכיגע שווערע מאכן דעם הומאניטארער קריזיס וועלכע הערשט אין די רעבעלן קאנטראלירטע געגענטער וואס געפונען זיך שוין יארן אונטער א שווערע בלאקאדע.

באזונדער האבן יו.ען. עקספערטן געמאלדן אז זיי עפענען אן אויספארשונג איבער די מעגליכקייט אז פילע פון די באמבעס האבן אנטהאלטן כעמישע וואפן, א באשולדיגונג וואס די אסאד רעזשים טוט שארף אפווארפן.

בילד:

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל