דער יוניאן פון די פאליציאנטן וואס זענען אנגעשטעלט אין דער 'רייקערס איילאנד' תפיסה האט קריטיקירט א באשלוס צו פארמאכן די טורמע, טענה'נדיג אז דער מאטיוו איז כדי צו פארקויפן דעם שטח און נישט צוליב מענטשליכע סיבות.

דער יוניאן-פירער האט דערקלערט, אז דער שטאט שטייט אויס צו פארדינען 17-ביליאן דאלאר, דורכ'ן ניצן דעם שטח פאר די געברויכן פונעם לאגווארדיא לופטפעלד.

רייקערס איילאנד איז א תפיסה אין וועלכער די סיטי פארהאלט מענטשן וואס ווארטן ארויסצוגיין אויף בעיל אדער זענען אפגעזאגט געווארן בעיל. די טורמע איז באזונדערס בארימט צוליב דער קולטור פון הפקרות וואס באהערשט דאס פלאץ, און סקאנדאלן ארום דער תפיסה זענען שוין עטליכע מאל אויפגעקומען.

די שטאט האט פריער אוועקגעשטעלט א קאמיסיע, וואס האט אויסגעפארשט דעם ענין און רעקאמענדירט דער שטאט צו פארמאכן די טורמע. מעיאר דעבלאזיא האט אין רעאקציע פארשפראכן צו פארמאכן די טורמע דורכאויס די קומענדיגע צען יאר, אבער אנדערע, אריינגערעכנט גאווערנאר קאומא, האבן גע'טענה'ט אז דאס דארף געשען נאך פריער.

בילד: פאליציי-יוניאן קריטיקירט פלענער צו פארמאכן רייקערס-איילאנד טורמע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל