א פילם וואס וועט אין דער נאענטער צוקונפט אויסגעלופטערט ווערן אויף דער בריטישער טעלעוויזיע, וועט ברענגען קראנטע באווייזן איבער אן אלטער שפעקולאציע, אז נאך דער צווייטער וועלט-מלחמה האט זיך פארמירט א גרופע פון אזויגערופענע אידישע 'נקמה-נעמערס', וועלכע האבן פלאנירט דורכצופירן אטאקעס קעגן נאציס.

צווישן אנדערן האט דער טעלעוויזיע-קאנאל זיך פארשאפט א רעקארדירונג פון איינעם פון די גרינדערס, אבא קאוונער, וועלכער איבערגעלעבט דעם ווילנא געטא און שפעטער ארויף קיין ארץ ישראל, אין וועלכן ער דערציילט וועגן זיינע פלענער אין 946', צו פאר'סמ'ען דאס וואסער און עסן-פראדוקטן פון א לאגער אין וועלכן טויזנטער עס-עסניקעס זענען אריינגעשטעלט געווארן נאך דער מלחמה.

לויט געוויסע אנדייטונגען, האט די גרופע אויך גענומען שריט למעשה און ווירקליך פארגיפטעט דאס ברויט פון יענעם לאגער, פון וועלכן א געשאצטע צוויי-טויזנט נאציס זענען קראנק געווארן.

די מידיא-אגענטור האט דערווייל נישט אנגעגעבן קיין דאטום ווען דער פילם וועט פארעפנטליכט ווערן, אבער די נייעס האט שוין ארויסגערופן א ברייטע דיסקוסיע אין דער ארטיגער פרעסע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל