איבער 150 אקטיוויסטן, דשורנאליסטן און פאליטיקאנטן ווערן פארהאלטן דורך די טערקישע רעזשים פאר׳ן אויסדריקן אין די עפנטליכקייט זייער מיינונג קעגן די אנגייענדע אפעראציע פון די טערקישע מיליטער קעגן די קורדישע מינאריטעט אין סיריע. די טערקישע רעגירונג טוט שטארק קאנטראלירן און נאכפאלגן אינהאלט וואס ווערט פארשפרייט אויף סאציאלע מידיע, ספעציעל זינט די דורכגעפאלענע פוטש פאריגעס יאר האט ארדואן איינגעפירט א דיקטאטורישע רעזשים און צענדליגע טויזנטער ווערן געהאלטן אין טורמע צוליב זייערע פאליטישע מיינונגען. דערווייל זענען לויט באריכטן שוין אומגעקומען ארום 30 ציווילע פון די טערקישע מיליטער אין די קורדישע געגענט אין סיריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל