בערלין – א 32 יעריגער נעא נאצי אין זאקסן, דייטשלאנד, איז פאראורטיילט געווארן צו אכצן מאנאטן טורמע, נאכדעם וואס ער האט חוזק געמאכט פונעם האלאקאוסט. ער איז באשולדיגט געווארן אין פארשפרייטן א בילד פון א מיניאטור אוישוויץ מיט צוגעשריבענע חוזק-ווערטער פון די מיליאנען אידן וועלכע זענען דארטן פארגאזט און פארברענט געווארן אויף אזא שרעקליכן פארנעם. די אידענטיטעט פונעם פארשוין איז נישט ארויסגעגעבן געווארן, אבער ריכטער מאנפרעד וועבער האט גאר שארף גערעדט צום באשולדיגטן, אז ער זאל פארשטיין ווי ער האט אפגעלאכט פון אוישוויץ איבערלעבער, און ווי דאס איז אומדערהערט. ריכטער וועבער האט געזאגט אז דעריבער גיט ער ארויס אזא שארפן אורטייל, וויבאלד דער נעא-נאצי איז שוין דאס צווייטע מאל יעצט אנגעקלאגט געווארן מיט'ן חוזק-מאכן פונעם האלאקאוסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל