וואשינגטאן – א פרישער קאמפיין האט זיך אנגעהויבן קעגן אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס, מיט עטליכע קאנסערוואטיווע פאליטישאנס וועלכע זאגן אז עס איז צייט אז סעשאנס זאל רעזיגנירן פון אמט. פרייטאג האבן קאנגרעסלייט מארק מעדאוס און דזשים דזשארדען, וועלכע פירן די קאנסערוואטיווע "פרידאם קאקוס" אינערהאלב קאנגרעס, געשיקט א בריוו צום יוסטיץ דעפארטמענט, אין וועלכע זיי פארלאנגען אז סעשאנס זאל זאפארט אפטרעטן, וויבאלד ער האט געצייגט אז ער האט גענצליך פארלוירן קאנטראל פונעם יוסטיץ דעפארטמענט און פון די עף-בי-איי, פון דער אנדערער זייט ווערט ער קריטיקירט דורך פילע דעמאקראטן פאר'ן באנייען שטרענגע פעדעראלע אנטי-מאריכואנא פאליסיס, אין דער צייט וואס פילע סטעיטס טוען גענצליך לעגאליזירן מאריכואנא. פאליטישע אנאליסטן ברענגען ארויס אז ס'איז מעגליך אז סעשאנס' טעג זענען געציילטע, נעמענדיג אין באטראכט אז אויך פרעזידענט טראמפ גלייכט אים מער נישט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל