וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט שבת ווידערהאלט, אז די מעקסיקאנער רעגירונג גייט יא באצאלן פאר די קאסטן פון דער מאסיווער גרעניץ וואנט וואס ער וויל אויפבויען. טראמפ'ס קאטעגארישע סטעיטמענט איז געקומען איין טאג נאכדעם וואס עס איז באריכטעט געווארן אז די טראמפ אדמיניסטראציע גרייט זיך צו שיקן א פארלאנג צו קאנגרעס, אז זיי זאלן באשטעטיגן אכצן ביליאן דאלער פון אמעריקאנער שטייערצאלער געלטער, אויף צו קענען אנהייבן בויען די מאסיווע וואנט, וואס די נייעס איבער'ן פארלאנג האבן געברענגט פראגעס איבער דעם וואס טראמפ האט נאכאנאנד ביים קאמפיין געזאגט אז מעקסיקא גייט צאלן פאר דער וואנט. טראמפ האט געענטפערט אז "איך האב זייער גוטע באציאונגען מיט מעקסיקא, אבער יא, אויף עפעס א וועג, וועט מעקסיקא באצאלן פאר דער וואנט", אבער טראמפ האט נישט געזאגט קיין ספעציפישע סטראטעגיע וויאזוי דאס וועט פאסירן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל