אמסטערדאם – די האלאנדישע רעגירונג איז שטארק פארדאמט געווארן, נאכדעם ווי ס'איז באקאנט געווארן אז זי האט געשיקט א פארלאנג פאר שטייערן, צו א מלחמה געליטענע פרוי וועלכע באקומט מאנאטליכע קאמפענסאציע געלטער פון דייטשלאנד. די רעדע איז פון פרוי אינגע פרענזלאו, וועלכע איז אלס קליין מיידל געווען געצוואונגען, דורך נאצי קאלאבארירער אין אמסטערדאם ביי דער קריג, צו ארבעטן ביטער שווער אין איר פאטער'ס פאבריק. נאך דער קריג האט די דייטשע רעגירונג איר אנערקענט אלס א געליטענע פון די נאצי פארברעכנס, און זי קריגט זינט דאן מאנאטליך 156 דאלאר פון דער דייטשער רעגירונג. אצינד האט די רעגירונג אין האלאנד, וואו זי וואוינט, איר געשיקט א בריוו אז זיי דארפן שטייערן פון די געלטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל