סעאל – א באנייעטער געפיל פון אפטימיזם הערשט, איבער דער אישו פון צפון קארעא, נאכדעם וואס צפון און דרום קארעא האבן מסכים געווען אנצוהייבן דירעקטע גרעניץ-געשפרעכן קומענדיגע וואך. פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אין א מעסעדזש אויף טוויטער געשריבן, אז די געשפרעכן צווישן צפון און דרום קארעא זענען "א גוטע זאך", און אז דאס איז א רעזולטאט פון זיין שטייפן צוגאנג מיט צפון קארעא – און באזונדער האט טראמפ נעכטן גערעדט טעלעפאניש מיט'ן דרום קארעא פרעזידענט מון דזשאי-אין, און ס'איז באשטעטיגט געווארן אז אין לויף פון די "ווינטער אלימפיקס" אין דרום קארעא, וועלן נישט פארקומען קיין אמעריקאנער מיליטערישע מאנעוורעס אינעם ראיאן, וויבאלד דרום קארעא האט אן עקאנאמישע אינטערעסע אז די אלימפיקס זאלן דורכגיין רואיג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל