אין איינקלאנג מיט פרעזידענט טראמפ׳ס פלאן פון אויסברייטערן דעם נוקלעארן ארסענאל פון אמעריקע, א באגער וואס ער האט אויסגעדריקט דורכאויס זיין פרעזידענטליכן קאמפיין, האט די פענטאגאן געמאלדן אז זיי אנטוויקלן צוויי נייע נוקלעארע וואפן פאר׳ן אמעריקאנער מיליטער. די פלאנירונג פון די וואפנס האבן זיך שוין אנגעהויבן אין 10', אבער עס איז דאן איינגעפרוירן געווארן דורך דער אבאמא אדמיניסטראציע. די צוויי וואפן זענען מיסילס וועלכע ווערן ארויסגעשאסן פון נעיווי שיפן אדער סומבארינען, איינע פון זיי איז א נוקלעארער מיסיל, וואס האט די מעגליכקייט צו טרעפן א באגרעניצטן ציל און מאכן רעלאטיוו ווייניג שאדן אין פארגלייך צו געווענליכע נוקלעארע וואפן. די צווייטע איז א פארגעשריטענע קרוז מיסיל, וועלכע קען ארויסגעשיקט ווערן פון א שיף און טרעפן אין ציל מיט דזשי-פי-עס טעכנאלאגיע. אן אינערליכע דאקומענט פונעם פענטאגאן זאגט, אז טראץ וואס אמעריקע האט אין די לעצטע יארן רעדוצירט איר צאל נוקלעארע שפיצן, האבן אבער רוסלאנד און כינע געטון דאס פארקערטע און אויסגעברייטערט זייערע זאפאסן, דעריבער וועט אמעריקע טון דאס זעלביגע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל