די סירישע אבזערוואציע גרופע פאר מענטשן רעכט און קוועלער אינעם פעלקער פאראיין האבן באשטעטיגט אז א טערקישע לופט באמבאדירונג האט שווער געשעדיגט איינס פון סיריעס וויכטיגע היסטארישע ערטער, נעמליך א געביידע פון ארום 2000 יאר אלט וועלכע איז א גאר מאכטפולע און מאסיווע מאנומענט. די געביידע איז לויט טייל היסטאריקער די איינציגע איבערבלייבעניש פון די צייט ווען די חיתיים האבן געוועלטיגט איבער דעם געגנט וועלכע איז אמאל געווען ארם נהריים. די באמבאדירונג האט וואנדאליזירט און רואינירט ארום 60% פון דעם געביידע, און קורדישע באאמטע זאגן אז דאס צייגט אז די טערקן טוען באמבאדירן אן קיין חשבונות בלויז צו דעמאראליריזרן און אונטערדרוקן דעם קורדישן באפעלקערונג, די באמבאדירונג איז אויך שארק פארדאמט געווארן דורך די אסאד רעזשים וועלכע איז שטארק אויסגעשפראכן קעגן די טערקישע איוואזיע טראץ איר קריגעריי מיט די קורדן. גלייכצייטיג איז אויך געמאלדן געווארן אז אמווייניגסטנס 51 ציווילע זענען שוין אומגעקומען אין די טערקישע אפענסיווע.

בילד: טערקישע באמבאדירונג שעדיגט היסטארישע געביידע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל