אמוויניגסטנס 11 אפגאנער זעלנער זענען אומגעקומען און צענדליגע זענען פארוואונדעט געווארן אין א טעראר אטאקע וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך די אייסיס טעראר גרופע אויף א מיליטערישע אקאדעמיע אין קאבול, די הויפטשטאט פון אפגאניסטאן, 5 אייסיס טעראריסטן זענען באפאלן דעם שטרענג באוואכטן קאמפוס און אראפגעווארפן דעם צוים מיט א מיסיל און דאן געעעפנט פייער פון וועלכע 11 זענען אומגעקומען. דאס איז שוין די פערטע ערנסטע טעראר אטאקע אין בלויז 9 טאג. און טוט אונטערשטרייכן די גאר שווערע זיכערהייט צושטאנד און די שוואכע פארשריט וואס אמעריקע מאכט אין אפגאניסטאן טראץ א פארמערונג אין די צאל זעלנער. די אטאקע האט נאכגעפאלגט א מאסן טעראר אטאקע דעם שבת אין וועלכע איבער 100 ציווילע זענען אומגעקומען און נאך באלד 200 פארוואונדעט געווארן ווען א מאסיווע באמבע וועלכע איז געווען איינגעפלאנצט אין אן אמבולאנס האט אויפגעריסן אין צענטער פון קאבול. די טאליבאנער האבן גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
Post a Comment