נאך א מאסן 'עצרת תפילה' ביים כותל המערבי צוליב דער פארצויגענער טרוקעניש וואס הערשט אין לאנד, האבן שטארקע רעגנס זיך אראפגעלאזט איבער ארץ ישראל און געברענגט א שטיקל דערלייכטערונג אין דער טרוקעניש.

דער עצרת איז פאררופן געווארן דורכ'ן מדינת ישראל אגריקולטור מיניסטער, אורי אריאל, פון דער נאציאנאל-רעליגיעזער 'בית היהודי' פארטיי, און געשטיצט געווארן דורך א צאל רבני'שע פערזענליכקייטן.

פריער אין וואך האט זיך א רעגן אראפגעלאזט אין ארץ ישראל, אבער ס'איז ווייט נישט גענוג צו דעקן דעם אנגעזאמלטן וואסער-דעפיציט, נאך דעם וואס דאס לאנד האט דורכאויס די לעצטע פינף יאר באקומען מיט 55 פראצענט ווייניגער רעגן ווי דעם דורכשניט.

דער כנרת, וואס שטעלט צו א גרויסן חלק פון די וואסער-געברויכן אין לאנד, האט זיך געהויבן מיט א צענטימעטער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל