קאסטא ריקא – נעכטן האט מען געהערט פרישע דעטאלן איבער דער שוידערליכער טראגעדיע וואס האט פאסירט, ווען צוויי אידישע פאמיליעס זענען אומגעקומען אין א פליגער קראך אין קאסטא ריקא. ווי די אוויאציע אויספארשער האבן דערציילט, האבן זיך געפונען 12 מענטשן אויפ'ן פליגער, 10 פון זיי אמעריקאנער בירגער און 2 לאקאלע קאסטא ריקא ארבעטער, און דער פליגער האט אראפגעקראכט נאכ'ן זיך געפונען ווייניגער ווי א מינוט אין דער לופטן. ווי שוין נעכטן באריכטעט אין קורצן, זענען די 5 מיטגלידער פון משפחת שטיינבערג ע"ה פון ניו יארק אומגעקומען, און אין א סטעיטמענט האט ראביי יונתן בלעיק פון וועסטשעסטער געזאגט אז די גאנצע ארטיגע אידישע געמיינדע טרויערט נאך זיי, און די צווייטע פאמיליע איז אידענטיפיצירט געווארן אלס משפחת ווייס ע"ה פון פלארידע, וואס ווי ר' יעקב לוסקי פון באקא ראטאן, פלארידע, זאגט איז די פאמיליע געווען באקאנט און באליבט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל