סיריע – דער סירישער פרעזידענט, באשאר אסאד, האט דורכגעפירט א שטיקל אויפשאקלונג אינערהאלב זיין רעגירונג, שטעלנדיג נייע מיניסטארן פאר די פארטיידיגונג, אינדוסטריע און אינפארמאציע דעפארטמענטס. ער האט גענומען גענעראל אלי אבדולא איאב אלס פארטיידיגונגס מיניסטער, מוכאמעד מאזאן אלי יוסעף אלס אינדוסטריע מיניסטער און אימאד אבדולא סארא אלס אינפארמאציע מיניסטער.

אינטערנאציאנאלע אבזערווירער האבן ארויסגעברענגט אז די דריי, וועלכע האבן באקומען די הויכראנגיקע פיגורן, זענען פון די נענטסטע ראטגעבער צו אסאד, וועלכע זענען געבליבן געטריי פאר אים אין לויף פון די יארן פון דער בלוטיגער בירגער קריג, און יעצט אז אסאד באטראכט די צוקונפט פון סיריע, ווען די בירגער-קריג איז שוין כמעט פארשטילט, וויל ער א נייע געטרייע רעגירונג ארום זיך.

בילד: באשאר אל-אסאד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל