פיאנגיענג – אין אן איבערראשנדיגער אנטוויקלונג, האט געזאגט דער צפון קארעאר פירער, קים יאנג אן, אז ער איז גרייט צו שיקן א דעלעגאציע פון דיפלאמאטן און רעגירונג פארשטייער קיין דרום קארעא, צו פירן געשפרעכן מיט די ארטיגע רעגירונג. דאס איז געווען א פיל ווייכערער טאן פונעם צפון קארעאר פירער, און טראץ וואס ער האט אן אייגענע אינטערעסע, ווייל ער וויל אז צפון קארעא זאל שפילן א ראלע אין די "אלימפיק שפילן", וועלכע גייען פארקומען אין די נאענטע וואכן אין דרום קארעא, איז עס פארט אויפגענומען געווארן מיט איבערראשונג אז ער רעדט אזוי ווייך און איז גרייט פאר געשפרעכן. זיין אנבאט פאר געשפרעכן איז אבער געקומען אין דער זעלבער רעדע וואו ער האט געסטראשעט אמעריקע, אז ער פארמאגט א נוקלעארע קנעפל אויף זיין טיש צו יעדער צייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל