אין מאנטיסעלא, קאליפארניע קומען נאך פאר זוכעריי-אקציעס פאר 4 איינוואוינער וועלכע פעלן נאך, און זענען ווארשיינליך צווישן די אומגעקומענע אין די מאראסט-פארפלייציונגען, און דערווייל איז געשטיגן די ליסטע פון באשטעטיגטע טויטפעלער צו 20, ברענגענדיג די פארפלייצונגען צו ווערן איינע פון די מערסט פאטאלע נאטורליכע קאטאסטראפעס וואס אמעריקע האט נאר געזען. צווישן די אומגעקומענע געפינען זיך גאנצע פאמיליעס וואס זענען אפגעווישט געווארן. ארום 64 הייזער זענען גענצליך פארשוועמט געווארן און איבער 400 האבן געליטן שווערע שאדנס. די מאראסט-גליטשן האבן פאסירט אין די זעלבע געגנטער וואס זענען געפלאגט געווארן פון די שווערע וואלד-פייערן פאריגן מאנאט, און די ברוכווארג וואס די פייערן האבן איבערגעלאזט, האט פילפאכיג פארערגערט די סיטואציע. די רעטונג גרופעס ארבעטן אויך אוועקצונעמען די ברוכווארג און אנגרייטן די געגנט צו נאך א רעגן וואס איז דערווארט קומענדיגע וואך און וועט אויך ווארשיינליך ברענגען פארפלייצונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל