אין די ערשטע פון אזא סארט דירעקטע אטאקע קעגן דער יעצטיגער אמעריקאנער אדמיניסטראציע, האט דער רוסישער אויסערן מיניסטער, סערגעי לעווראוו, גענוצט גאר שארפע ווערטער אין זיין יערליכן פרעסע קאנפערענץ אראפצורייסן די אויסערן פאליטיק פון אמעריקע, און ספעציעל די יעצטיגע אדמינסטראציע. ער האט זיך באצויגן צו דער רעטאריק איבער נארט קארעא און די נאכאנאנדיגע מושטירונגען פון דעם אמעריקאנער מיליטער אויפ׳ן קארעאר האלבאינזל, זאנדיגע אז אמעריקע ״דארשט נאך א קריג און אומסטאביליטעט״ סיי אין נארט קארעא און אזוי אויך אין סיריע, וואו זיי שטיצן די מיליטאנטן וועלכע קעמפן קעגן דעם אסאד רעזשים. ער האט זיך באצויגן צו דער לעצטער מעלדונג פון פרעזידענט טראמפ, אז ער וויל זיך ארויסציען פונעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן אויב ס'ווערט נישט געטוישט, לעווראוו האט געזאגט אז אזא שריט וועט שיקן א קלארן מעסעדש פאר נארט קארעא, אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף אמעריקע, און דעריבער וועלן זיי קיינמאל נישט קומען צום פארהאנדלונגס טיש. אבער לעווראוו האט אויסגעבראכן אין א געלעכטער ווען אן אמעריקאנער זשורנאליסט האט אים געפרעגט צי ער וואלט ענדערש געוואלט הילערי קלינטאן אלס פרעזידענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל