עגיפטן – די לענדער פון די "אראבישע ליגע" האבן נעכטן אויסגעדריקט גרויס זארג, אז אויב וועט טראמפ טאקע אנערקענען ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל, וועט דאס ברענגען מאסיווע ראיאטן אין מדינת ישראל און אומרוען אינעם גאנצן ראיאן. די ווארענונג פון דער אראבישער ליגע, קומט נאך א סעריע באריכטן אז טראמפ וועט מעלדן די אפיציעלע אנערקענונג, טראץ וואס די אמבאסאדע וועט דערווייל נישט גערוקט ווערן פון תל אביב קיין ירושלים. די לעצטיגע באריכט, פון "עקסיאס", צייגט אז טראמפ וועט מעלדן די אנערקענונג ביי א רעדע די וואך מיטוואך, און אז זיין אדמיניסטראציע האט שוין אנגעהויבן ארומשיקן אנווייזונגען פאר אמעריקאנער אמבאסאדעס איבער דער וועלט, צו זיין גרייט פאר'ן טויש. אויסער די ווארענונג פון דער אראבישער ליגע, האט מען געזען א סטראשע פון דער כאמאס טעראר גרופע, אז זיי וועלן לאזן אין גאנג א פרישע אינטיפאדא ה"י, אויב וועט טראמפ טאקע אנערקענען ירושלים אלס מדינת ישראל'ס הויפטשטאט.

בילד: זארג איבער ירושלים-אנערקענונג ראיאטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל