אין איראן האלט אן א כוואליע פון מאסן פראטעסטן קעגן דעם רעזשים, די פראטעסטירער האבן זיך אנגעהויבן א מעסעדש צו די פירערשאפט: הערט אויף זיך אריינמישן אין קאנפליקטן איבער די גאנצע וועלט און מאכט זיכער אז אייערע בירגער האבן ברויט צו לייגן אויפ׳ן טיש, אבער איז גאנץ שנעל פארוואנדלט געווארן אין מאנעפיסטאציע פון אנטי-רעגירונג סלאגאנען און עס ווערן געהערט צווישנרופן קעגן די אייטאלע פירערשאפט און איבער אומווארפן דעם איסלאמישן רעזשים. די פראטעסטן איז גאר אומבאקוועם פאר די רעזשים וואס פרובירט צו דערשטיקן די פראטעסטן מיט ברוטאליטעט און ארעסטן, עס איז נישט קלאר וויפיל זענען ארעסטירט געווארן איבער די איראנער פרעסע האט באריכטעט איבער 52 ארעסטירטע. עס איז דערווייל אומקלאר ווער עס שטייט אונטער די פראטעסטן אבער ווי עס שיינט האט זיך עס דווקא אנגעהויבן דורך עסטרעמיסטן וועלכע האלטן אז די רוחאני רעגירונג איז צו מעסיג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל