אין די לעצטע טעג האט פרעזידענט טראמפ זיך גענומען איבער די פירמע עמעזאן, אנדייטענדיג אז זיי זאלן מוזן צאלן מער אין קאסטן פאר די פעדעראלע פאסט סערוויס, וויבאלד זיי טוען שטארק בענעפעטירן פון דעם אגענטור וואס פארלירט ביליאנען יעדעס יאר. די באמערקונגען פון טראמפ זענען פאליטיש מאטיווירט וויבאלד ער איז א געשוואוירענעם פיינט פאר׳ן אייגנטומער פון עמעזאן דשעף בעזאס וועלכער פארמאגט אויך דעם צייטונג ״וואשינגטאן פאוסט״ וואס איז - לויט אים - צו נעגאטיוו אין אירע באריכטן קעגן אים. דער פרעזידענט האט שוין עטליכע מאל געעפנט טוויטער-אטאקעס קעגן עמעזאן, און האט זיי באשולדיגט אין די פארגאנגענהייט אויף זיך ארויסדרייען פון צאלן שטייערן, און אז זיי נוצן די וואשינגטאן פאוסט זיך צו ארויסדרייען פון באצאלן שטייערן, א זאך וואס איז ליגנט לויט זעלבשטענדיגע אנאליסטן.

בילד: טראמפ נעמט זיך איבער עמעזאן: פארלאנגט אז זיי זאלן צאלן מער פאר פאסט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל