דער עולם התורה האט היינט אינדערפרי געליטן א ריזן פארלוסט, ווען דער גאון און גדול רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן זצ"ל, איז נפטר געווארן אינעם טיפן עלטער פון 104 יאר.

הונדערטער טויזנטער מענטשן פון אלע עקן לאנד זענען געקומען זיך באטייליגן ביי דער לוי' פון דעם תורה-ריז, וואס איז ארויס פון זיין הויז אויף דער חזון איש גאס אין בני ברק.

קיין הספדים זענען נישט געהאלטן געווארן, אין איינקלאנג מיט דער צוואה וואס דער גאון האט איבערגעלאזט, וואס האט אויך געבעטן אז ער זאל באהאלטן ווערן נישט מער ווי זעקס שעה נאך זיין פטירה.

דער גרויסער נפטר האט אין זיין צוואה אויך אנגעזאגט נישט מאריך צו זיין בשבחו אויף קיין שום אופן, ווי אויך אז מ'זאל זיך נישט צו אים באציען ווי א "צדיק", כדי ער "זאל נישט פארשעמט ווערן בעולם האמת."

הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן זצ"ל איז געבוירן געווארן י"ד חשון, תרע"ד, אין דער שטאט קאמעניץ, וואו זיינע עלטערן, איינוואוינער פון דער שטאט בריסק, האבן זיך דעמאלט אויפגעהאלטן. אין דער יוגנט האט האט מרן הגראי״ל געלערנט אין דער ישיבה "תורת חסד" אין בריסק, וואו ער איז נאענט געווארן מיט די קינדער פונעם בריסקער רב.

צוליב דער סכנה פון פארשלעפט ווערן אינעם מיליטער, איז דער גאון אין תרצ"ז אנטלאפן קיין שווייץ, וואו ער איז שוין פארבליבן ביז נאך דער צווייטער וועלט-מלחמה.

תש"ד האט הגראי״ל זצ"ל חתונה געהאט מיט זיין רעביצין, הרבנית תמר קארנפעלד ז"ל, אן אור-אור פלומעניצע פונעם חידושי הרי"ם. זיי זענען געבליבן וואוינען אין שווייץ ביז תש"ה, ווען הגראי״ל איז ארויפגעגאנגען זיך באזעצן אין ארץ ישראל.

אין ארה"ק האט דער גאון זיך באזעצט אין פתח תקוה, וואו ער איז אויף דער אנווייזונג פונעם חזון איש אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה אין ישיבת חפץ חיים אין כפר סבא.

תשט"ו האט הגאון רבי יוסף שלמה כהנמן זצ"ל אים אויפגענומען אלס ראש ישיבה אין פאנאוויזש. ווען הרב כהנמן האט אים אין תשכ"ה אויפגענומען אלס פאנאוויזער ראש הכולל, האט הרב שטיינמאן געוואלט אפטרעטן פון זיין שטעלע אלס ראש ישיבה, אבער נאך איינבעטענישן פון הגאון רבי מיכל יהודה לעפקאוויטש זצ"ל איז ער למעשה געבליבן דינען אויף ביידע פאזיציעס.

אין תשל"ח האט הגראי״ל זצ"ל געגרינדעט די ערשטע אין א סעריע ישיבות און מוסדות התורה, מיט'ן נאמען "גאון יעקב", וואו ער האט געגעבן עטליכע טעגליכע און וועכנטליכע שיעורים און שמועסן.

אין לויף פון די יארן האט הגראי״ל זצ"ל אליין געגרינדעט אדער געהאלפן גרינדן מערערע מוסדות און אנדערע תורה, חסד, און קירוב אונטערנעמונגען, און איז געווען דער פוסק אחרון ביי די טויזנטער אידן וואס האבן מקבל מרות געווען פון אים. הגראי״ל זצ"ל איז אויך די מחבר פון מערערע ספרים על התורה, ש"ס, הלכה, עיון, און מוסר.

די באשיידענע דירה פונעם גרויסן נפטר האט אין משך פון צענדליגער יארן געדינט אלס אדרעס פאר פילע אידן, וואס זענען געקומען פרעגן אן עצה און זיך דורכרעדן מיט'ן גאון איבער אלערליי ענינים.

הגראי״ל זצ"ל איז נפטר געווארן אין "מעיני הישועה" מעדיקעל צענטער במעמד זיינע קינדער, אייניקלעך, און מקורבים. ער האט איבערגעלאזט דריי קינדער -- זיין זון, הגאון רבי שרגא שליט"א (איידעם ביי הגר"ח קנייבסקי שליט"א), זיין זון הגאון רבי משה שליט"א, און אן איידעם הגאון רבי זאב בערלין שליט"א.

בילד: הונדערטער טויזנטער באגלייטן דעם ארון פון הגאון הגדול רבי אהרן יהודה ליב שטיינמאן זצ"ל בעל ״איילת השחר״ 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל