וואשינגטאן – דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט האט געעפנט אן אפיציעלע אויספארשונג, צו דערגיין פונקטליך אלע דעטאלן ארום א קאנטראווערסיאלן עף-בי-איי אגענט וועלכער האט ביז יעצט געארבעט אינעם רוסלאנד אויספארשונג, און ער שטעלט זיך ארויס צו זיין א פרא-קלינטאן פיגור, און די יוסטיץ דעפארטמענט באאמטע ווילן דערגיין ווי ווייט דער אגענט האט באאיינפלוסט פארשידענע זאכן. דער אגענט, אידענטיפיצירט אלס פיטער סטראזשק, איז געקומען צום אויבערפלאך עטליכע טעג צוריק, ווען מען האט געהערט אז ער האט ארומגעשיקט אנטי-טראמפ טעקסט מעסעדזשעס. דער יוסטיץ דעפארטמענט האט דאס געלאזט וויסן פאר מוללער, וועלכער האט באלד גענומען די נויטיגע שריט און באזייטיגט סטראזשעק פונעם אויספארשונג. ווייטערדיגע אויפדעקונגען צייגן אז ער איז אויך געווען דער וואס איז געשטאנען אין שפיץ פונעם אויספארשונג וואס די עף-בי-איי האט אנגעפירט איבער פרוי קלינטאן'ס אימעיל מיסברויכן פאראיאר, און ער איז געווען דער וואס האט געטוישט פארשידענע זאכן אינעם קלינטאן אויספארשונג, וואס זיינע טוישונגען האט געברענגט אז די עף-בי-איי האט ריינגעוואשן קלינטאן.

בילד: אויספארשונג אויף פרא-קלינטאן עף-בי-איי אגענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל