איסטאנבול – די טערקישע רעגירונג גייט עפענען אן אמבאסאדע אין מזרח ירושלים, האט געמאלדן דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן נעכטן, עטליכע טעג נאכדעם וואס ער האט אנגעפירט א סאמיט פון מוסולמענער פירער צו רופן די וועלט צו אנערקענען מזרח ירושלים אלס די הויפטשטאט פון פאלעסטינע. ערדואן האט אין זיין דעקלעראציע פריש פארדאמט די טראמפ אדמיניסטראציע פאר'ן דערקלערן ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל, זאגנדיג אז דאס וועט נאר ברענגען מער אומסטאביליטעט אינעם גאנצן ראיאן. אזא שריט פון טערקיי, צו בויען אן אמבאסאדע אין מזרח ירושלים און דערמיט אנערקענען דעם טייל פון דער שטאט אלס פאלעסטינער הויפטשטאט, וועט זיין אן ערנסטע פראוואקאטיווע שריט, אבער ס'איז נישט קלאר וויאזוי טערקיי וועט דאס באווייזן, נעמענדיג אין באטראכט אז פאקטיש וועלן זיי דארפן האבן מדינת ישראל'ס ערלויבעניש, ווייל מדינת ישראל קאנטראלירט דערווייל גאנץ ירושלים.

בילד: טערקיי וויל עפענען מזרח-ירושלים אמבאסאדע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל