א טאג נאכדעם וואס א רייע אילסאמישע און אראבישע לענדער, אין שפיץ פון טערקיי, האבן פארעפנטליכט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי פארדאמען אמעריקע און באצייכענען דעם דעקלעראציע איבער ירושלים אלס ״די ענדע פון די פארהאנדלונגען מיט מדינת ישראל״ האט סאודי אראביע עפנטליך רעאגירט אז די טראמפ אדמינסטראציע איז פארפליכטעט צו ברענגען שלום אינעם ראיאן און די סאודישע קעניגרייך וועט ווייטער ארבייטן מיט זיי, טראץ וואס דער פאלעסטינער פרעזידענט האט נעכטן געזאגט אז אמעריקע קען מער נישט געזען ווערן ווי א נייטראלע פארמיטלער.

די סטעיטמענט איז געמאכט געווארן דורך דעם סאודישער אויסערן מיניסטער עאדל אל-דשוביידער, וועלכער האט געזאגט אז די פלענער אויף וועלכע די טראמפ אדמיסטראציע ארבייט זענען ערנסטע פלענער וועלכע קענען געניסן פון די שטיצע פון סאודי אראביע און אנדערע אראבישע מעסיגע לענדער, ער האט געזאגט אז סאודי אראביע איז אין כסדר׳דיגע פארבינדונג מיט אמעריקע דערוועגן און וועט זיין א טייל פון דעם פראצעדור.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס א הויכראנגיקער מיניסטאר אין די מדינת ישראל קאבינעט האט געגעבן אן אינטערוויו פאר א צענטראלע סאודישע צייטונג אין וועלכע ער האט גערופן פאר׳ן קעניג צו אפשטאטן א באזוך אין מדינת ישראל אלס פרואוו צו באנייען די שלום געשפרעכן.

בילד: פרעזידענט טראמפ איז ערנסט איבער זיינע באמיאונגען פאר שלום

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל