די ארגאניזאציע ״דאקטוירים אן גרעניצן״ וועלכע געט זיך אפ מיטשענקן הומאניטארע הילף פאר פליטים און געליטענע און קריגס געפלאגטע ערטער איבער די וועלט האט ארויסגעגעבן א באריכט וואס איז די ערשטע אפיציעל ציפערן וואס עס זענען פארהאן איבער די פונטקליכע מאסן פון די מאסן טראגעדיע וואס שפילט זיך אפ אין מיאנמאר, און עס צייגט אז בלויז אינעם ערשטן מאנאט ווען די קאנפליקט האט אויסגעבראכן זענען אומגעקומען איבער 6,700 פון די רוהינגא שבט, און ארום 730 פון זיי זענען קינדער אונטער 5 יאר אלט.

די ארגאנזיאציע האט באזירט זייערע געפונסן אויף אינפארמאציע וואס זיי האבן געזאמלט אין די פליטים לאגערן אין די דערנעבנדיגע באנגלאדעש, און זיי לייגן צו אז די ציפערן זענען בלויז די מינימום, און עס איז מעגליך אז די ציפערן זענען אייגנטליך פיל מער ווי דעם, די באריכט געט איבער גרויזאמע דעטאלן איבער וויאזוי די מענשטן זענען אומגעברענגט געווארן, טייל דורך מאסן שיסערייען, און טייל זענען פארברענגט געווארן אין די היימען אן קיין מעגליכקייט צו אטנלויפן.

די מיאנמאר רעגירונג טוט שארף אפווארפן די באריכטן און זאגט אז זיי זענען טאטאל פאבריצירט, לויט זיי שטייט די צאל אומגעקומענע ביי עטליכע הונדערט, און די מערהייט פון זיי זענען ראדיקאלע איסלאמיסטן, אבער וויבאלד זיי האלטן דעם ראיאן אפגעשפארט פאר דשורנאליסטן איז שווער צו דערגיין דעם אמת.

בילד: שוידערליכע באריכטן איבער עטנישע רייניגונג אין מיאנמאר 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל