די בארימטע קינדער-שפילצייג געשעפט, FAO Schwartz, האט געמאלדן אז עס וועט דעם קומענדיגן הארבסט. צוריק עפענען איר לאקאל אין מידטאון מאנהעטן.

דאס פאפולערע געשעפט, וואס איז פריער געווען קווארטירט אינעם "דזשענערעל מאטארס" בנין אויף דער פינפטער עוועניו, האט זיך פארשלאסן דעם פארגאנגענעם זומער פון 15', נאך דעם וואס די געשעפטס-אייגנטימער האבן נישט באוויזן צו שליכטן א רענט-געפעכט מיט די באלעבאטים פון איר לאקאל.

דאס נייע פלאץ וואו דאס געשעפט ציט זיך אריין, אויף 30 ראקעפעלער פלאזא, וועט באשטיין פון 19-טויזנט קוואדראט-פיס, וואס איז אבער היפש קלענער ווי דעם פאריגן לאקאל, וואו דאס פאפולערע געשעפט האט פארמאגט גאנצע 61-טויזנט קוואדראט-פיס.

עף-עי-או וועט פארנעמען דעם גאנצן ערשטן שטאק פון יענער געביידע אינעם ראקעפעלער פלאזא, פּלוס א באלקאני, וואו ס'געפינט זיך יעצט דאס ריטעיל-געשעפט פון דער NBC מידיא-ארגאניזאציע.

עף-עי-או, וועלכע האט אין די גוטע צייטן פארמאגט א סך הכל פון פערציג לאקאלן, איז אין 09' אפגעקויפט געווארן דורך דער "טאָוס אַר אָס" שפילצייג קייט-געשעפט. די טייערע ריטעיל-פרייזן פון עף-עי-או האבן אבער נישט דערהייבן דאס היינטיגע מציאות, און די לאקאלן האבן זיך פארשלאסן איינער נאכ'ן אנדערן. דער יעצטיגער, וואס וועט זיך צוריק עפענען אין מאנהעטן, איז דאס לעצט-פארבליבענע געשעפט פון דעם אמאליגן ריז.

בילד: עף-עי-או שווארץ שפילצייג-געשעפט צוריק אין מאנהעטן 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל