אין לאס אנדזשעלעס בוזשעווען נאך עטליכע ריזיגע וואלד פייער, דאס גרעסטע צווישן זיי איז די ״טאמעס פייער״, וועלכע פלאקערט אין די ווענטורע ראיאן און רינגלט ארום די וועלדער ארום עטליכע שטעט.

דאס פייער האט שוין פארניכטעט איבער 270,000 אקערלאנד (ארום 422 סקווער מייל), און אזוי אויך געברענגט שאדנס אדער גענצליך רואינירט ארום טויזנט געביידעס. דורכאויס די לעצטע צוויי וואכן זענען ארום 100,000 איינוואוינער געצווינגען געווארן צו פארלאזן זייערע היימען.

דאס פייער איז אויפ׳ן וועג צו באצייכנט ווערן אלס דער גרעסטער וואלד פייער אין די היסטאריע פון קאליפארניע. דער גרעסטער פייער אין די געשיכטע איז געווען אין 03', ווען די סידער פייער אין קאליפארניע האט פארניכטעט 273,000 אקערלאנד (בערך דער גרויס פון ניו יארק סיטי), א שטח וואס דער טאמעס פייער וועט ווי עס שיינט איבערשטייגן, אויב זי פארשפרייט זיך ווייטער.

די פייער ווערט באקעמפט דורך ארום 8,400 פייערלעשער, און אין די לעצטע טעג האבן זיי געמאכט פארשריט א דאנק בעסער ווינט אומשטענדן,. די פייער איז אצינד שוין ארום 50% אונטער קאנטראל, און די אויטאריטעטן קוקן שטארק ארויס אויף מעגליכע רעגנס אין די קומענדיגע טעג, וואס זאלן מינימיזירן די מעגליכקייטן פאר פרישע פייערן.

דערווייל זענען באריכטעט געווארן צוויי טויטפעלער, איינער פון זיי א פייערלעשער.

בילד: קאליפארניע וואלד פייערן טיילווייז אונטער קאנטראל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל