מאליאטאקיס שטייער פלאן נישט גענוג - עד דעי געווינט - רעפערענדום אין קרית יואל - צהלי ורוני אין מאנטריאל

ברוקלין. צום ענדע האט ניו יארק מעיאר דיבלאזיא געווינען גרינגע ווידערוויילונג, כאטש זיין קעגנער מאליאטאקיס האט ארויסגעשטעלט א לעצטע-מינוט האוזינג שטייער פלאן.

אין בארא פארק און ארומיגע ראיאן האט ר' קלמן יעגער געווינען די שפאנענדע סיטי קאונסיל פארמעסט מיט א ברייטע מערהייט, איבערצונעמען די זיץ פון ארויס-גייענדער קאונסילמאן (און אריינקומענדער "מעט קאונסיל" פירער) ר' דוד גרינפעלד.

אין קרית יואל ראיאן איז די רעפערענדום צו גרינדען "טאון אוו פאלם טרי," ניו יארק סטעיט'ס ערשטע נייע טאון אין 35 יאר, אדורך מיט א ריזיגע מערהייט, ברוך המקדש שמו ברבים. דאס פלאסטערט אויס די וועג פאר א נייע פרידליכע עפאכע, די אפיציעלע אנעקסעישאן פון ארום 220 עיקער, און די אויפבוי פון נאך פילע טויזנטער דירות אי"ה אינערהאלב די נייע גרויסע טאון גרעניצן.

אין מאנסי ראיאן האט די "ראמאפאו" טיקעט פון פרא-היימישע קאנדידאטן ברייט געווינען. אויפ'ן קאונטי שטאפל האט ראקלענד קאונטי עקזעקיוטיוו עד דעי געווינען ווידערוויילונג מיט שטארקע ציפערן מער ווי געראכטן, און עס איז צום האפן אז מיט די נייע טערמין וועט דער קאונטי עקזעקיוטיוו זיין גרייט איבערצומישן דאס טרויעריגע אנגעווייטיגטע בלעטל פון ביז היינט און אנהויבן א נייע עפאכע פון גלייכבארעכטיגטע און פרידליכע באציאונגען מיט'ן חרדישן אידענטום אין די קאונטי.

די וואל רעזולטאטן אויף דירות און ריעל עסטעיט

צוריק אין ניו יארק סיטי, זענען די מעיאר וואלן נישט געווען אזוי העפטיג, וויבאלד ס'איז כמעט נישט געווען קיין צווייפל אויף מעיאר דיבלאזיא'ס געווינס.

אנאליסטן האלטן נאך אינמיטן נאכגיין וויאזוי דער מעיאר וועלכער האט דורכאויס זיינע ערשטע 4 יאר אין אפיס געהאט גאר אסאך שווערע צייטן - ספעציעל אין ליכט פון זיינע שפארבערישע באציאונגען מיט גאווערנאר קאומא וואס מאנכע באצייכענען אלס "קאלטע קריג" וויבאלד די צוויי הויפט שטאטישע טאטעס האבן שארפע מיינונגס פארשידנהייטן אויף כמעט אלע וויכטיגע טעמעס אין די סיטי-סטעיט (און די "סטעיט פאליס" אנוועזנהייט ביי מער און מער פלעצער אין ניו יארק סיטי שיקט אויך סיגנאלן) - האט פארט געקענט באווייזן צו קאארדינירן אזא גרינגע און גלאטע ווידערוויילונג קאמפיין מיט אזא ערפאלג אז ס'האט אפילו נישט אויסגעזען ווי ער לויפט בכלל. [איינער זאגט היינט אז די גרינגע זיג איז געקומען פון די שווערע ארבייט ביי 34 "טאון האלל" מיטינגס, 3 שעה יעדע איינע, ארום די סיטי במשך די פיר יאר.]

גוטע פאליטישע עקספערטן אין שטאט האבן דאס באמערקט גאנץ שנעל, נאך לאנגע חדשים צוריק, האבן זיי געראטן קאנדידאטן צו בלייבן אינדרויסן. דאס איז די סיבה פארוואס אזויפיל ריעל עסטעיט פיגורן האבן געפלאנט צו לויפן פאר מעיאר אבער האבן זיך פריער אדער שפעטער בארעכנט און צוריקגעצויגן. זיי האבן געהאט א פלאטפארמע אויף וואס צו לויפן.

מעיאר דיבלאזיא איז טאקע א לענדלארד פון צוויי הייזער אין ברוקלין, אבער ער האט א גאר לינק-ליבעראלע און אפילו אין זיינע אייגענע ווערטער א "סאציאליסטישע" צוגאנג צו האוזינג און ריעל עסטעיט. אין א לעצטיגע אינטערוויו האט ער געזארגט אז ווען עס וואלט זיך געוואנדן אין אים, וואלט ער איינגעפירט גאר שטרענגע רעגולאציעס אויף זאונינג און האוזינג דעוועלאפמענטס, ממש אויף יעדע אינטש און אויף יעדע איינצלהייט.

זאגט דער מעיאר אינעם אינטערוויו:
"די שווערסטע זאך איז דער וועג וויאזוי אונזער לעגאלע סיסטעם איז אויסגעשטעלט לטובת פריוואטע פראפערטי. איך קלער אז אלע ערליי מענטשן אין די סיטי וואלטן געגליכן צו האבן די סיטי רעגירונג מיט די מעגליכקייט צו באשטימען וועלכע בילדינג גייט וואו, ווי הויך ס'וועט זיין, ווער קען וואוינען דארט, וואס די רענט וועט זיין.... איך קלער אז ס'איז א סאציאליסטישע אימפולס וואס איך הער יעדן טאג... ליידער, ווערט דאס אפגעהאלטן דורך די הונדערטער יאר היסטאריע וואס האט אויפגעהויבן פראפערטי רעכטן און פארמעגנס אזוי ווייט אז דאס איז די רעאליטעט ביי אסאך דעוועלאפמענט...

קוק אהער, אויב אויך וואלט געהאט מיין אויסוואל, וואלט די סיטי רעגירונג אפיציעל באשטימט יעדע שטיקל לאנד, וויאזוי עס זאל ווערן אנטוויקלט, און עס וואלטן געווען גאר שטרענגע פארלאנגען ארום פארדינסטן און רענט (ד"ה, שטארקע קאנטראל וויפיל רענט מ'קען בעטן לויט די פארדינסטן פון טענענטס)... דאס איז וועלט וואס איך וואלט געגליכן צו זעהן..."

מיט אזא צוגאנג צו האוזינג דעוועלאפמענטס, האט זיך גרינג פארשטאנען די רייע פון ריעל עסטעיט וועטעראנען וועלכע האבן געוואלט איבערמאכן די טראמפ געווינס אויפ'ן ניו יארק סיטי שטאפל. אבער איינער נאך איינער האבן זיי זיך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט.

אבער אפילו מיט אזא גרינגע קאמפיין איז דער מעיאר נישט געשלאפן. קורץ בעפאר די וואלן האט דער מעיאר געדאפלט זיין געפלאנטע בודזשעט אויף "עפארדעבל האוזינג" פראיעקטן. זיין קעגנער האט אויך ארויסגעשטעלט א לעצט-מינוטיגע פלאן צו איינפרירן פראפערטי שטייערן באלד אין ערשטן יאר פון אמט און נאכדעם האלטן עווענטועלע העכערונגען אונטער 2% א יאר, אבער דער פלאן האט שטארק פארלוירן צוזאמען מיט'ן קאנדידאט.

אראנדזש קאונטי

אין אראנדזש קאונטי האט קאונטי עקזעקיוטיוו סטיוו ניוהאוז געווינען א פרישע טערמין מיט א גרינגע מערהייט. מיט די באשטעטיגונג פון "טאון אוו פאלם טרי" רעפערענדום איז ערווארטעט אז די היציגע קאונטי רעטאריק פון בעפאר די וואלן וועט אראפגיין פון טיש און מאכן פלאץ פאר די נייע פרידליכע עפאכע.

בסייעתא דשמיא אז דער רעפערענדום איז באשטעטיגט, וועט עס געבן ווי געזאגט גאר אסאך נייע פלאץ צו בויען טויזנטער דירות בליעה"ר.

ב"ה אז דער וואסער קריזיס איז שוין אויך ערלעדיגט דורך די שטארקע זיגן פון קרית יואל דורכאויס די פארצויגענע געריכט קלאגעס קעגן די "פייפליין" און וויכטיגע קוועלער. דאס, צוזאמען מיט די ערפאלגרייכע "פאלם טרי" רעפערענדום, קען לויט לויט איין אפשאצונג ערמעגליכן צו בויען א חשבון פון איבער פינעף טויזנט נייע רעזידענשאל יוניטס אין די קומענדיגע פאר יאר. אין צוגאב, האט מען דאך די בליענדע מארקעט פון פריוואטע הייזער אין די ווייטערע קווארטאלן איבער'ן גאנצן ראיאן, וואו בלויז אין שכונת בלומינג גראוו זענען יעצט דא איבער הונדערט און פופציג הייזער אויפ'ן מארקעט צום פארקויפן, און אין די זעלבע צייט גייט ווייטער די אינטערעסע אין וואודבערי דזשאנקשאן, היילענד-רידזש, קאנטרי האלאו, העלף האלאו, אא"וו.

ראקלענד קאונטי

אין מאנסי ראיאן און איבער גאנץ ראקלענד קאונטי, זענען די וואלן נישט געווען אזוי דירעקט איבער "האוזינג," ווי איבער די שווערע רדיפות פון די קאונטי רעגירונג אויף טריט און שריט, על הכלל ועל הפרט, וואס די קאנסקווענצן שפירן זיך אויך אינעם דירות מארקעט. די קאונטי איז געגאנגען אזוי ווייט ווי שפילן מיט "הצלה," דורך א געפלאנטע מאנדאט אז ביי יעדע "הצלה" רוף זאל מען דארפן רופן די פאליציי...!

מען האט געהערט איבער טאקטיקן וויאזוי די קאונטי באגייט זיך מיט פריוואטע הויז אייגענטומער מיט שטראפן פאר מינימאלע ווייאלעישאנס אין באטרעף פון צענדליגער אדער גאר הונדערטער טויזנטער דאלארן. די קאונטי'ס שריט קעגן מוסדות התורה פון אלע שיכטן און קרייזן זענען ליידער גוט באקאנט - מיט שווערע ווייטאג נישט נאר אויף די געטרייע הנהלה רוחניות וגשמיות, נאר אויך אויף די עלטערן שיחיו, די מחנכים, די קינדער, יעדער איינער באשר הוא שם אן אויסנאם. עטליכע טעג צוריק האבן קאונטי באאמטע אדאפטירט די סלאגאן פון באקעמפן שוידערליכע טעראר אטאקעס, "אויב דו זעסט עפעס, זאג עפעס," אלס די נייע "טאן" פונעם אנטי-האוזינג קאמף אין די היימישע געגנטער.

אידישע קינדער זענען ווייטער מתפלל אויף רחמי שמים, אז די קאונטי אפיציעלן, דער ווידערוויילטער עקזעקיוטיוו עד דעי און אלע וויכטיגע באאמטע, זאלן זיך בארעכענען צום בעסערן. אזוי ווי מען זאגט אין די תפילה "הנותן תשועה למלכים":
מלך מלכי המלכים, ברחמיו יתן בלבם ובלב כל יועציהם ושריהם רחמנות לעשות טובות עם כל העמים ועם כל ישראל, אמן.

בארא פארק

אין בארא פארק האט ר' קלמן יעגער געווינען דעם פארמעסט מיט ר' יוני הייקינד, זון פון לאנגיאריגן אסעמבלימאן ר' דוב הייקינד, אלס נייער קאונסילמאן פון 44 'טער דיסטריקט אין ברוקלין.

די סיטי קאונסיל פאזיציע האט נישט צופיל אויטאריטעט אויף די האוזינג מארקעט אין בארא פארק, אבער דער סיטי קאונסיל קען איינפירן געזעצן וואס אפעקטירן די האוזינג מארקעט לאקאל און איבער די גאנצע סיטי, ווי "ריזאונינג" און שטייערן, אא"וו. גרינפעלד איז יעצט טשעירמאן פון די וויכטיגע "לאנד באנוץ" קאמיטע, און ס'בלייבט איבער צו זעהן וועלכע קאמיטע פאזיציעס יעגער באקומט.

גלייכצייטיג קומען באריכטן פון די האוזינג אינדוסטריע אז בארא פארק הייבט אן צו באקומען די אויפמערקזאמקייט אויף א מאנגעל אין דירות אויפ'ן שטייגער ווי עס הערשט שוין יארן אין וויליאמסבורג. די אייגנארטיגע אידענטיטעט פון בארא פארק איז עפעס וואס לאזט זיך גרינגער אוועקציען צו א נייע געגנט ווען נויטיג, ממילא פלעגט נישט זיין צופיל געשפרעכן פון א דירות קריזיס ווייל מ'האט זיך געקענט ארויסציען ערגעץ אנדערש. אבער דער מאנגעל אין דירות איז שוין געקומען צו אזא שטאפל אז אויך אין בארא פארק רעדט מען פון א גאר אומדערטרעגליכע דירות קריזיס, און עס איז מעגליך אז יעצט נאך די וואלן וועט דאס בעסער אדרעסירט ווערן. ימים ידברו.

מאנטריאל

די שמחה איז גאר גרויס אין שטאט, אז די באקאנטע צרות-אנטיילערין פרוי ס. פארדזשעי, וואס האט געהעצט און געבונטעוועט קעגן יחידים מוסדות און קהלות, בנינים סוכות און משלוח מנות, און וואו נאר מעגליך, האט פארלוירן איר פאזיציע אינעם אוטרא-מאנט בארא קאונסיל, און עס איז געווארן איבערגענומען דורכ'ן חרדישן-אינדארסירטן קאנדידאט וו. פאטרעי. די אידישע קאונסיל מיטגליד פרוי פאלאק האט געווינען א גרינגע ווידערוויילונג. אלס מעיאר פון אוטרא-מאנט איז ערוויילט געווארן פיליפ טאמפלינסאן, וועלכער איז אינדארסירט געווארן דורך די חרדישע אידן.

אלע דריי געווינערס, פאטרעי, פאלאק און טאמפלינסאן, זענען געלאפן אויפ'ן טיקעט פון "פראדזשעי מאנטריאל," די ליניע פון וו. פלאנטעי, וואס איז געלאפן פאר מעיאר פון מאנטריאל און האט געווינען מיט א שטארקע זיג קעגן דעם יעצטיגן מעיאר ד. קאדערא. פלאנטעי'ס זיג פאר זיך און מערסטע מיטלויפער אין די לאקאלע וואלן ווערט באטראכט ווי א פראטעסט קעגן קאדערא'ס אדמיניסטראציע.

די "פראדזשעי מאנטריאל" פלאטפארמע איז, צווישן אנדערן, געווען באזירט אויף א פארשפרעכונג צו רעדוצירן פראפערטי שטייערן פאר קליינע ביז-נעסער. די פארטיי'ס פארשטייער, מיט פריערדיגע לאקאלע אויטאריטעט אין מאונט-ראיאל, האבן איינגעפירט פארשידענע געזעצן ווי א פארבאט קעגן נוצן פלעסטיק בענקלעך אויף פארטשעס און דעקס. ביי די יעצטיגע וואלן, אבער, האבן "פראדזשעי מאנטריאל" קאנדידאטן געשיקט סיגנאלן פון מער פריינטליך צו ביזנעס, מיט פארשפרעכונגען צו רעדוצירן די שטאטישע ביוראקראציע און צו קאמפענסירן ביזנעסער אויף די שאדנס וואס זיי ליידן פון רעגירונג קאנסטראקשאן פראיעקטן.

אגב, דאס לעצטע איז נישט קיין שלעכטע פלאן. אפשר אויב די אפיציעלע אינסטאנצן אין ניו יארק דארפן באצאלן פאר לאקאלע ביזנעסער די שאדנס פון רעגירונג קאנסטראקשאן ארבייט וועלן זאכן דויערן פיל שנעלער מיט ווייניגער טראפיק פראבלעמען.

בילד: היסטארישע האוזינג וואלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל