בילד: ריזאונינג אין מאנראו טאון

קרית יואל. די "בילדינג מאראטאריום" אין טאון אוו מאנראו איז עלימינירט געווארן נאך איבער אנדערטהאלבן יאר, אבער איז געווארן איינגעטוישט פאר שטרענגע זאונינג אין רוב חלקים פון טאון.

מיט א 3 קעגן 2 מערהייט אויפ'ן טאון באורד, האט מאנראו באשטעטיגט א נייע "קאמפרעהענסיוו ריזאונינג" פלאן פאר די גאנצע טאון, און גלייכצייטיג באשטעטיגט אראפצונעמען די "בילדינג מאראטאריום" וואס די טאון האט ארויפגעלייגט איינצופרירן אלע בוי פראיעקטן זינט מער ווי אנדערטהאלבן יאר צוריק.

ווי גוט געדענקט אין קרית יואל ראיאן, האט די טאון באורד, אום חול המועד פסח תשע"ו, באשטעטיגט א "מאראטאריום" אפצושטעלן סיי וועלכע בוי פראיעקטן אינערהאלב די נישט-ווילעדזש גרעניצן פון טאון אוו מאנראו. די טאון האט דאן געזאגט אז דאס וועט בלייבן אין קראפט ביז די לאקאלע באאמטע אדאפטירן א נייע גרונטליכע "ריזאונינג" צו בעסער קאנטראלירן די בוי פראיעקטן אין מאנראו. די פראצעדורן האבן זיך געצויגן חדשים און אפילו איבער א יאר, אבער יעצט האט די טאון געענדיגט די געשיכטע און אויפגענומען נייע זאונינג פארשריפטן אויף די גאנצע שטח פון טאון אוו מאנראו, און טאקע אראפגענומען די "מאראטאריום."

אבער וואס ערשיינט יעצט נאכ'ן מאראטאריום איז בכלל נישט די זעלבע ווי פריער.

מיט אלע טוישונגען צוזאמען האט די טאון רעדוצירט די סך הכל הייזער וואס מ'קען מעגליך בויען אין טאון גרעניצן מיט ארום דריי הונדערט יוניטס. פארשידענע שטחים האבן באקומען נייע שטרענגע פארשריפטן אז מ'קען בויען נאר איין הויז אויף דריי עיקער, פון 1 הויז פער עיקער, און אנדערע שטחים האבן באקומען "גרינגערע" פארשריפטן פון רעזידענשאל זאונינג, אבער עס איז נאך בכלל נישט קלאר צי מ'וועט למעשה קענען בויען אזויפיל דירות ווי פריער געמיינט. אויך האט די טאון יעצט עלימינירט די מעגליכקייטן צו בויען "עקסעסארי אפארטמענטס," וואס טוט אויך שטארק באגרעניצן די מעגליכקייטן צו בויען אין טאון אוו מאנראו אזויפיל דירות פאר'ן קרית יואל מארקעט ווי פריער ערווארטעט.

היימישע דעוועלאפערס וואס האבן געפלאנט צו בויען גרעסערע דירות פראיעקטן אין די "ריי היל" און אנדערע געגנטער פון טאון זאגן אז די נייע זאונינג איז אן ערנסטע פראבלעם, און זיי וועלן אנהאלטן די לעגאלע קאמף אין געריכט דאס צו באקעמפן.

די לעגאלע קאמף פון היימישע דעוועלאפערס קעגן מאנראו טאון זאונינג גייט שוין צוריק זינט די אנהויב פונעם מאראטאריום, אבער איז געווארן מער אקטיוו אין סעפטעמבער, מיט א פרישע קלאגע אין פעדעראלן געריכט וואס פארלאנגט קאמפענסאציע אויף די פינאנציעלע שאדנס וואס די צוריקהאלט פון בויען האט געשאפן, און טענה'ט אז די מאראטאריום איז געווען געצילט צו דיסקרימינירן קעגן חסידישע אידן.

די נייע "קאמפרעהענסיוו פלען" וואס ברענגט אזויפיל זאונינג טוישן אין מאנראו האט נישט צופיל פארבעסערט דעם האריזאנט מיט די היימישע דעוועלאפמענטס, ווי געזאגט, צוליב די ערנסטע באגרעניצונגען אויף וויפיל הייזער מ'קען בויען פער עיקער. דעוועלאפערס זאגן אז די קלאגע וועט ווייטער אנגיין, און פלענער צוצובויען נאך א ראוד ביי ריי היל קענען נישט אנגיין, סיידן די טאון לאזט די דעוועלאפמענטס ווייטער אנגיין ווי פריער געפלאנט לויט די פריערדיגע זאונינג פאר'ן "מאראטאריום."

דעניס לינטש, דער לאיער פאר די טאון, זאגט אז די קלאגע ווערט יא געלעזט דורך די נייע זאונינג, און אז די "ריי היל" פלענער קענען נאר גיין פאראויס לויט די פריערדיגע פרי-מאראטאריום זאונינג און געזעצן אויב זיי קענען איבערווייזן אין געריכט אז די טאון באורד האט געטוישט די זאונינג און געזעצן דוקא ספעציפיש צו רואינירן זייערע פלענער, א טענה וואס איז "נאך גאר פריצייטיג צו זאגן," זאגט לינטש.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל