פלארידע — א ריכטער אין פלארידע האט געאורטיילט אז דער פארשוין וועלכער האט פלאנירט דורכצופירן א באמבע אויפרייס אויף א לאקאלן אידישן צענטער, וועלכער פארמאגט אין זיך אויך א בית המדרש, וועט זיצן 25 יאר אין טורמע, נאכ'ן דורכגיין מעדיצינישע באהאנדלונג. דזשעימס מאדינא איז ארעסטירט געווארן אין אפריל יאר 16', נאכדעם וואס די עף–בי–איי האט אויפגעדעקט אז ער פלאנירט ערנסט א באמבע אויפרייס ביים אוואנטורע אידישן צענטער, וועלנדיג דורכפירן די אטאקע אין שטיצע פון דער אייסיס טעראר גרופע. מאדינא האט זיך דערקלערט אומשולדיג נאך זיין ארעסט, און זיינע לויערס האבן אריינגעגעבן א פארלאנג אז ער זאל ריינגעוואשן ווערן, וויבאלד ער איז גייסטיש קראנק און ער קען נישט אויסשטיין א פראצעס. א ריכטער אין סאוט פלארידע האט אבער געאורטיילט אז מאדינא איז יא געזונט, און אצינד איז ער פאראורטיילט געווארן צו 25 יאר טורמע.

בילד: די עווענטורא טורנבערי אידישן צענטער

בילד: דזשעימס מאדינא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל