ניו דזשערסי – דער דעמאקראטישער ניו דזשערסי גאווערנאר קאנדידאט, פיל מורפי, איז ארויסגעקומען גאר שטארק זיך אנצונעמען פאר די רעכטן פון די אידישע איינוואוינער אין מאווא. מורפי האט געשריבן א לענגערן עדיטאריעל אין דער "דזשואיש סטאנדארט" צייטונג אין ניו דזשערסי, וואו ער האט אדרעסירט די אישו פונעם עירוב אין מאווא, שרייבנדיג אז די היציגע אנטיסעמיטישע רעטאריק, וואס מ'האט געהערט לעצטנס ביי עטליכע טאון האלל זיצונגען אין מאווא, זענען נישט אקצעפטירבאר. מורפי שרייבט אז ס'זעט אויס ווי געוויסע מאווא איינוואוינער ווייסן נישט אז אין אמעריקע לעבט מען מיט רעליגיע פרייהייט און מען דארף זיך קענען טאלערירן איינער דעם אנדערן. מורפי לויפט אין די גאווערנאר וואלן אין ניו דזשערסי, קעגן די אמטירנדע ליוטענאנט גאווערנאר, קים גואדאנאו, וועלכע לויפט אויף דער רעפובליקאנער ליניע.

בילד: גאווערנאר קאנדידאט קאמענטירט איבער מאווא עירוב

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל