דער ניו יארק קאמפאטראלער סקאט סטרינגער האט געעפנט א קאמפיין צו ברענגען די בענק און קרעדיט קארד פירמעס צו נעמען אין באטראכט דאס צאלן רענט אויף צייט ווען זיי מאכן דעם קרעדיט רעפארט, און אז זאל האבן א פאזיטיווע עפעקט. אזא טויש וועט עפעקטירן טויזנטער ארימע ניו יארקער וועלכע האבן נישט געבויעט קיין גוטע קרעדיט אבער צאלן ערליך רענט יעדן חודש אויף צייט, א שטודיע צייגט אז צווישן אלע וועלכע צאלן אונטער 2000$ אין רענט טוען אזויפיל ווי 76% באצאלן אויף צייט, און וואלט געקענט שטארק בענעפעטירן אויב עס וואלט גערעכנט געווארן אויף זייער קרעדיט סקאור. א גוטע קרעדיט ראטע קען פאקטיש ברענגען דערצו אז מען שפארט זיך געלט אויף אינטערעסט ראטעס און מען קען באקומען בעסערע פרייזן אויף פראדוקטן און די מעגליכקייט צו באצאלן דורכאויס א לענגערע צייט. און אזוי אויך קען עס זיי העלפן עווענטועל באקומען א הלוואה וואס זיי זאלן קענען נוצן צו עפענען א ביזנעס און זיך ארויסדראפען פון ארימקייט.

בילד: קאמפעטראלער וויל אז צאלן רענט צייטליך זאל עפעקטירן קרעדיט סקאור

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל