די טראנזיט אגענטור פון ניו יארק האט נעכטן באשטעטיגט א קאנטראקט אין די ווערט פון 573 מיליאן דאלער מיט א טעכנאלאגיע פירמע וועלכע וועט איינשטעלן א נייע פארגעשריטענע סיסטעם פון באצאלן ביי די באן סטאנציעס און באסעס, עס וועט ערזעצן די ביז יעצטיגע מעטרא קארטלעך אז מען זאל קענען באצאלן דירעקט מיט א קרעדיט קארטל אדער מיט א סמארטפאון. די מאשינען וועלן אינסטאלירט ווערן אין ארום 500 באן סטאנציעס און 500 באסעס, ביז די ענדע פון קומענדיגע יאר און ביי 2020 איז ערווארטעט אז מעטראקראטלעך וועלן גענצליך ארויסגיין פון באנוץ און ווערן ערזעצט מיט די נייערע און מער פראקטישע טעכנאלאגיע.

מעטראקארטלעך וועלן נאך זיין עפעקטיוו ביז ארום 2023 און דאן וועלן זיי גענצליך ארויסגיין פון באנוץ און אריינגיין אין מוזעום אינאיינעם מיט די טאקענס וואס מען האט גענוצט ביז 30 יאר צוריק. אבער נישט יעדער איז צופרידן פון דעם טויש און מאנכע זאגן אז די ארימע ניו יארקער וואס פארמאגן נישט קיין סמארטפאון אדער קרעדיט-קארטלעך וועלן נישט האבן  קיין מעגליכקייט צו פארן אויף די עפנטליכע טראנזיט, אבער די אויטאריטעטן זאגן אז עס וועט נאך אלס זיין מעגליך צו קויפן ספעציעלע קארטלעך בלויז פאר די סאבוועי.ֿ

בילד: עם-טי-עי וועט ערזעצן מעטראקארד סיסטעם מיט נייע טעכנאלאגיע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל