דער דעזערטירטער אמעריקאנער זעלנער באו בערגדאל שטייט די טעג פארנט פון א מיליטערישע געריכט ווי ער שטייט אויס קלאגעס פון פארראט און דעזערטירונג, ער שטייט אויס לעבנסלענגליכע טורמע, אבער דער ריכטער האט נעכטן געזאגט פאר די פראקורארן אז ער איז באזארגט אז די מיליטערישע פראקורארן זענען באיינפלוסט פון די ווילדער רעטאריק וואס טראמפ האט גענוצט דורכאויס דעם קאמפיין קעגן בערגדאהל וועמען ער האט עטליכע מאל אנגערופן ״א שמוציגער קליינער פאררעטער״ און אנגעדייטעט אז ער דארף געשטעלט ווערן פאר א גרופע שיסער און דערמארדעט ווערן און ווערן אויסגעווארפן פון א פליגער.

דער פרעזידענט האט פאריגע וואך אנגעדייטעט אז ער קען נישט קאמענטירן איבער די קעיס און צוגלייגט אז ״יעדער ווייסט וואס איך האלט״ דער ריכטער זאגט אז דאס באדייט אז דער פרעזידענט האט עפנטליך שוין באשלאסן וואס דארף געטון ווערן מיט אים און דעריבער קען די מיליטער מער נישט זיין אביעקטיוו און אים פאראורטיילן, דער ריכטער וועט מעגליך ארויסגעבן א אורטייל אז זיין פראצעס קען נישט פארקומען אין א מיליטערישע געריכט וויבאלד טעכניש שטייט די געריכט אונטער די איינפלוס פון דעם פרעזידענט וואס איז איר הויפט קאמאנדיר.

בילד: מיליטערישער ריכטער דרוקט אויס זארג איבער טראמפ׳ס עפנטליכע העצע קעגן בערגדאהל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל