נאך צוויי יאהר פון פארשן די מאסיווער שטיין פון "קשת ווילסאן" אין די מנהרות הכותל ביי צפון זייט פונעם כותל המערבי כדי נאכצוגיין ווי אלט עס איז, זענען ארכעאלאגן איבעראשט געווארן צו טרעפן אכט מעטער אונטער די ערד א אויסשטעל פון א טעאטער - ווי זיי רופן דאס. ווי אויך, נאך אכט רייעס שטיינער פונעם כותל המערבי.

טייל ארכעאלאגן זענען ביי דער מיינונג אז דאס איז א רוימישע טעאטאר פון נאכן בית שני. אנדערע זענען ביי די מיינונג אז דאס איז גאר געווען די "מושב הסנהדרין", און צייגן אפילו אן אז עס האט 70 זיץ פלעצער און רונדיג אזוי עס שטייט אין די משנה אין מסכת סנהדרין: "סנהדרין הייתה כחצי גורן עגולה כדי שיהו רואין זה את זה".

די סנהדרין איז טאקע געווען אין "לשכת הגזית", אבער - טענה'ן זיי - עס קען זיין אז דאס איז געווען איינע פון די צעהן פלעצער וואו די סנהדרין האט גולה געווען. ווי עס שטייט אין מסכת ראש השנה: "עשר גלויות גלתה הסנהדרין... מלשכת הגזית לחנות מחנות לירושלים מירושלים ליבנה" וכו'.

בילד: א רוימישע טעאטער אדער... מושב סנהדרין

בילד: א רוימישע טעאטער אדער... מושב סנהדרין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל