ניו יארק – סייענטיסטן האבן אנטדעקט אז בלומען נוצן פארשידענע טריקס וויאזוי צוצוציען בינען צו זיי, דאס ווילן זיי, ווייל בינען זענען די וואס טראגן ארום די פאלען שטויב, פון איין סארט בלום צום צווייטן, וואס דאס פעלט זיך אויס פאר די ביימער צו בליען. בינען ווערן נאטורליך צוגעצויגן צום קאליר בלוי, אבער וואס טוט זיך ביי בלומען וואס האבן נישט דעם קאליר? און באמת גערעדט: וויפיל מאל האט איר געזען בלומען מיט בלויע קאלירן? גאנץ זעלטן. בלומען האבן אבער געפונען א וועג דערצו, זיי ערצייגן א בלויען שיין, גערופן א "בלויע העילאו", וואס פאסירט ווען די זון-ליכט שטויסט זיך אן אין א סעריע פון פיצעלע בערגלעך, אויף זייערע דינע וואקסיגע פלאכן. די בערגלעך טוישן דעם וועג וויאזוי די זון שטראלן ווערן צוריקגעשטויסן, און דאס אפעקטירט דעם קאליר וואס די בינען זעען. דער ספעציעלער שיין קען געזען ווערן דורך מענטשן אויב זיי קוקן דערויף פון פארשידענע געבויגענע וועגן. דער טריק איז נישט קיין אפטע זאך ביי פלאוער סארט בלומען, אבער איז יא אפט ביי פילע טוליפס. די פארשער האבן באוויזן דורך ארטיפישל ליכט נאכצומאכן די זעלבע זאך און באשטעטיגן אז דאס ציט צו די בינען.

בילד: בלויע קאליר, ברוך הבא פאר די בינען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל