וואשינגטאן – עקספערטן זאגן אז אין די נאענטע חדשים וועט מעגליך אריינגיין אין אפעקט א געזעץ וואס וועט פארלאנגען אז רייזנדע פון איין אמעריקאנער סטעיט צו א צווייטע, וועלן דארפן האבן פאספארטן. ביז יעצט קען מען פליען צווישן אמעריקאנער סטעיטס, בלויז מיט סטעיט איי-די קארטלעך, אבער אין יאר 05' איז באשטעטיגט געווארן דורך קאנגרעס די "ריעל איי די" געזעץ, צו פארשטארקערן די סטעיט איי-די קארטלעך זיכערהייט, אז מען זאל עס נישט קענען פעלשן. די 05' געזעץ האט געזאגט אז סטעיטס וועלכע וועלן זיך נישט צושטעלן צו דעם געזעץ ביז א באשטימטע דעדליין, וועלן אויסשטיין א שטראף אז רייזנדע פון זייער סטעיט צו אנדערע סטעיטס, וועלן דארפן האבן פאספארטן, און די באשטימטע דעדליין איז אנהייב יאנואר 18', און סטעיטס האבן נאך די מעגליכקייט זיך מיטצוכאפן מיט'ן "ריעל איי-די" געזעץ, צו פארמיידן אומבאקוועמליכקייט פאר זייערע איינוואוינער.

בילד: פאספארטן מעגליך פאר דאמעסטישע רייזעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל