א שטודיע וואס איז נעכטן פארעפנטליכט געווארן דורך די ״וועלטליכע סטראטעגיע נעץ״ דעקט אויף שוידערליכע ציפערן איבער אייסיס קעמפער וואס קערן זיך אום אהיים קיין אייראפע אדער אנדערע לענדער נאכ׳ן קעמפן אין סיריע און אין איראק און שטעלן א געפאר ווי אימער זיי געפונען זיך. די שטודיע זאגט אז אצינד ווען אייסיס איז כמעט גענצליך באזיגט אין סיריע און אין איראק טוען צענדליגע טויזנטער קעמפער פארלאזן דעם שלאכטפעלד און טויזנטער קערן זיך אום צו מערב וועלט לענדער פון וואנט זיי זענען געקומען. די זעלבע שטודיע צייגט אז 38 פון די לעצטע 42 טעראר אטאקעס אין אייראפע זענען דורכגעפירט געווארן דורך טעראריסטן וועלכע זענען פארבינדען צו אייסיס. די 6,000 געפונען זיך אין 33 לענדער, און זענען ראדיקאליזירט און זענען אויך טרענירט צו דורכפירן טעראר אטאקעס.

בילד: שטודיע: ארום 6,000 אייסיס קעמפער געפונען זיך אין מערב וועלט לענדער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל