קאנגערסמאן באב געוטלעיט און קאנגרעסמאן טרעי גאודי, די רעפובליקאנער פארזיצער פון די יוסטיץ און איבערזיכט קאמיטע האט היינט אנאנסירט אז קאנגרעס וועט עפענען א פארמאלע אויספארשונג צו אריינקוקן אין די פעדעראלע אויספארשונג וואס די אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט האט דורכגעפירט אין די קלינטאן אימעיל קאנטראווערסיע איבער די באנוץ פון א פריוואטע אימעיל סערווער. אין זייערע קאמענטארן האבן זיי געזאגט אז עס זענען דא ערנסטע פארדאכטן אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט פארווישט די אויספאשונג און איז זיך נישט באגאנגען מיט קלינטאן מיט די פולע אביעקטיווקייט.

זיי זאגן אז זיי האבן פראגעס פארוואס די עף-בי-איי האט עפנטליך אנאסירט די אויספארשונג איבער די קלינטאן אימעיל קאנטראווערסיע און די זעלבע צייט וואס זיי האבן באהאלטן די פאקט אז זיי טוען אויספארשן אויך די טראמפ קאמפיין איבער מעגליכע פארבינדונגען צו רוסלאנד, און אזוי אויך פארוואס די עף-בי-איי האט גענומען די באשלוס איבער נישט אנקלאגן קלינטאן, א באשלוס וואס וואלט געדארפט גענומען ווערן ביי די יוסטיץ דעפארטמענט און די אטוירני דשענעראל, און ספעציעל די פאקט אז דער דירעקטאר קאומי האט שוין אנגעגרייט דעם סטעיטמענט וואכן בעפאר.

בילד: רעפובליקאנער געזעצגעבער עפענען אויספארשונג איבער קלינטאן אויספארשונג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל