גאסט עדיטאריאל: אוי די רשעות!

בעק טו סקול

פון שלום שטיסל

אצינד ווען די יאר קומט צו א ענדע, זיצן הונדערטער פארפעלקער אין א פחד פון א פארנעפלטן צוקונפט, דערשראקן אריבערצוגיין נאכאמאל דאס ערגסטע וואס זיי זענען נאר אמאל אריבער: וואס גייען די מענטשן-פרעסער היי יאר טוהן צו מיין שטוב? גיי איך נאכאמאל דארפן מסביר זיין מיינע קינדער פארוואס זיי גייען זיצן אינדערהיים די ערשטע דריי טעג פון סקול? אוי.. ס'רייסט דאס הארץ צו רעדן צו אזא אינגערמאן.

איך האב לעצטנס געהערט פון א אינגערמאן וואס ער איז אריבער, און ווי ער ציטערט וואס ס'ערווארט אים היי יאר. ער האט מיר דערציילט דעטאלן, כ'האב שטילערהייט געווישט מיינע טרערן, ער האט זיך אבער שוין נישט געשעמט, קוקט אויס ער איז שוין געוואוינט צו וויינען דערויף, כ'האב שוין זייער לאנג נישט געזעהן אן ערוואקסענעם אזוי וויינען, כ'האב נישט געוואוסט וואו צו פלאצירן מיינע אויגן, וואו כ'האב נאר געקוקט איז עס מיר געווען אומבאקוועם, דאס הארץ איז מיר אויסגעגאנגן פאר זיין צער, און די אויער האט מיר געגרידזשעט ווען כ'האב געהערט ווי ער איז מקנא א חבר אונזערע וואס האט ליידער נאכנישט זוכה געווען צו זרע של קיימא...

ס'איז אלץ די זעלבע פּאָר משפחות וואס מאכן זיך מיט צער און עגמת נפש פון די בלוט-זויגערס, געווענליך איז דאס א דירעקטע תוצאה ווייל די מאמע איז א גוט-אויסקוקנדע פרוי, זי קען גיין אנגעטוהן די זעלבע ווי א צווייטע, דאס נאטורליכע חן מיט וואס גאט האט איר באשאנקען איז די איינציגסטע סיבה פאר די פיין און ליידן פון אזא משפחה.

ס'קען זיין אז איר לעבט רואיג, און מיינט אז דאס איז נאר א דמיון, עפעס א שמועה וואס פארט ארום, אבער האט נישט קיין גרויס אמת אין זיך. אפשר א משפחה דא, א משפחה דארט, אבער נישט וויאזוי די גאס לייגט עס אראפ. לאמיך אייך זאגן אז איר לעבט אין עולם הדמיון! ס'איז פאראן הונדערטער אינגעלייט מיט פרויען, וואס ציטערן פון דאס ווארט 'סוף יאר'. אצינד דרייען זיי זיך ארום כחרס הנשבר, זייער שטוב איז חרוב, זייער מוד איז צוקלאפט, פילן זיך נישט אקצעפטירט אין די אייגענע ד' אמות, עפעס זענען זיי מער אפגעריסן ווי א צווייטער, אז צו זיי ווערט דאס געטאן.

אוודאי ווערט עס ע"פ רוב נישט געטוהן צו דעם גרויסן מויל מאכער, אדער צו דעם פאפולערן אינגערמאן, פון זיי שטייט מען ווייט. געווענליך נעמט מען זיך צו די איידעלע שטילע חברה וואס מאכן נישט צופיל נויז, זיי פירן נישט קיין גרויסע קופקעס, זיי וועלן זיך שעמען אויסצופויקן יעדע פרט וואס האט פאסירט צו זיי, אט די ווערן א ציל ברעט, און דאס איז די סיבה פארוואס מ'הערט נישט דערפון אזוי אפט. אבער די געשיכטעס וואס מ'הערט יא זענען האר-אויפשטעלנד, אז איר וועט עס נישט הערן פון דעם בעל מעשה אליין וועט איר ניטאמאל גלייבן אז אין 2017 קען נאך אזוינס פאסירן, און אז דער וואס טוט דאס פאררופט זיך אלץ אן ארטאדאקסישער איד! כ'שרייב מער נישט ווי יא, די מעשיות וואס מ'הערט קען קראנק מאכן א מענטש.

ווי דער אינגערמאן דערציילט מיר, האט ער נאך קיינמאל נישט געזעהן זיין אידענע אזוי צוקלאפט, און ער האט זיך נאך קיינמאל נישט געפילט אזוי אנ-עקסעפטעד, און נאך קיינמאל נישט מיטגעלעבט אזא שווערע תקופה אין זיין לעבן. ער זאגט מיר אז ווען מ'נעמט נישט אן א בחור אין א ישיבה איז עס נישט האלב אזויפיל צער און דערנידערונג פאר'ן מענטש ווי פאר א טאטע וואס מ'ווארפט זיך מיט זיינע קינדער וואס ער פלאגט זיך צו ערציען, דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן דאס קיינמאל נישט פארשטיין.

מ'רעדט פון א ראש המשפחה וואס פלאגט זיך אראפצולייגן ברויט אויפ'ן טיש, א באפארעטע מאמע מיט א פולע שטוב קע"ה, ביידע פארנומען מבוקר עד הערב, מ'פרובירט דאס בעסטע אלעס ארום זאל זיין פרייליך איינגענעם, אלע קינדער זאלן באקומען די אטענשאן וואס זיי דארפן, דער טאטע באהאלט די דאגת הפרנסה, ער וויל דאך ווייזן א פרייליך פנים פאר די קינדער, כאטש ער קען נישט אויפהערן טראכטן דערפון, די מאמע פארווישט די אויגן פון אירע שלאפלאזע נעכט, אלעס פרובירט מען דורכצושטופן, כדי די קינדער זאלן האבן דאס בעסטע.... און בום, עפעס א נואף האט אפגעמאכט אז עפעס איז נישט בסדר מיט די שטוב, מ'גייט זיי מסדר זיין, און אלעס הייבט אן גיין בארג אראפ. פון דעם דיין אין די קהילה ביז דער מנהל המוסד מיט נאך עטליכע וואוילטעטיגע עסקנים, אלעס איז איינגעשפאנט אין א מערכה אקעגן א הילפלאזן אינגערמאן און זיין שטוב.

אין די גאס הערשט א געפילדער, מ'קויפט איין סקול סופלייס, קליידונג, א.א.וו. אבער קינדער פון די משפחה זיצן הערמעטיש פארשפארט אינדערהיים, נישטא קיין סיבה איינצוקויפן אויב ווייסט מען נאך נישט די צוקונפט. די עלטערע קינדער פארבייסן זיך די ליפן, די יונגערע פרעגן קשיות אויף וואס ס'קומט נישט קיין ענטפער, דא-דארט רופט א חבר'טע און פרעגט ביי די קינדער וואס זיי האבן שוין געקויפט, אבער דאס קינד ווייסט נישט וויאזוי פטור צו ווערן פון די שאלה, די מאמע דרייט זיך ארום מיט רויטע אויגן, די טאטע מיידט אויס זיין אינדערהיים, ער מאכט זיכער אנצוברענגען דעם טאג צווישן ארבעט/קאר/שול, ער ווייסט נישט וואס צו זאגן און וואס צו ענטפערן.

ווען שוין יא אינדערהיים, קוקן זיך מאן און ווייב אן מיט אזא ווייטאגליכע אומפארענטפערטע מינע, וואס איז שלעכט מיט אונזער שטוב, וואס זענען מיר ווייניגער פון יעדעם אין די מוסד, מיט וואס איז דער און יענער וואס טוט די ערגסטע זאכן בעסער פון אונז, ווייל ער האט אפּאָר דאללער און אונז נישט, פארוואס דארפן אונזערע קינדער ליידן.... ווען זיי ווייסן ווען וואס מ'וויל פון זיי וואלטן זיי שוין לאנג אלעס געטוהן דאס אויסצומיידן, אבער גיי ווייס וואס די חברה ווילן, רוב מאל ווייסן זיי אליין נישט. דאס שטוב גייט חרוב, און ס'מאכט חרוב דעם מענטש, אין רוב פעלער שעמט מען זיך ארומצוגיין פארציילן, קיינער וויל נישט זיין לשיחה בפי הבריות אז יעדער זאל נאך שמועסן דערפון אויך.

די גאנצע משוגעת/רשעות, אדער אין אמת'ן ווארט "חאזעריי/פעדאפיליע", האט זיך אנגעהויבן די לעצטע פּאָר יאר, בעפאר דעם איז געווען גוט פאר די מוסדות דעם איינצעלן פאקט אז ס'איז דא צוויי עלטערן וואס ביידע זענען מסכים אז זייערע קינדער זאלן באקומען א היימישע חינוך, דאס איז געווען א גענוג גוטע סיבה אנצונעמען סיי וועם אין די מוסדות, און ארויסגעבן שיינע פירות. ביז עטליכע רשעים, בלוט זויגערס, און אין אסאך פעלער חזירים וואס גלייכן צו קומען אין בארירונג און מצער זיין פרויען, האבן זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן בענקל, און ליידער קומט פאר דאס וואס ס'קומט פאר.

אונזערע קינדער גייען ניטאמאל גלייבן אז אמאל איז נישט געווען די סארט רשעות, און קיינער האט נישט געהאט קיין רעכט צו טוהן אזא זאך, זיי גייען אונז נישט מוחל זיין אז מיר האבן דאס צוגעלאזט, און ליידער גייען מיר צאלן א טייערע פרייז דערפאר, אונזערע קינדער און אייניקלעך גייען זיך האבן א פרישע שוועריגקייט מיט וואס זיך צו ספראווען יערליך אין זייער לעבן. קיינער זאל נישט זאגן שלום עלי נפשי, ווייל לויט ווי ס'פארט יעצט, און לויט ווי די וועלט גייט, ערווארט יעדן באזונדער א שווער פעקל אינעם עתיד, אויב נישט ביי די קינדער דאן ביי די אייניקלעך, אונז וועל מיר נאך אלע זיך אליין פרעגן פארוואס מיר האבן עס נישט אליין אפגעשטעלט.

אז מ'טראכט אריין איז דאס מעגליך נישט מער ווי א סעקסואלע באפרידיגונג פאר די פּאָר חזירים/אכזריים, ס'איז פשוט אז זיי האבן עפעס א מין תאוה פאר דיקטאטורישקייט, דאמינירן אנדערע, ובפרט צו אונטערדרוקן פרויען אדער פארפעלקער, דאס איז א פארדארבענע נאטור זייערע פון וואס מיר דארפן ליידן, די הנאה וואס זיי האבן ווען זיי קענען מצער זיין א מאן און ווייב איז פיל שטערקער ווי דער פאקט אז זייערע נאנטע האלטן זיי פאר אויף די אומרעכט וואס זיי טוען. איך אנטשולדיג זיך אויב מיין שפראך איז נישט שיין, אבער דאס איז גאנץ מעגליך די ריינע סיבה דערפון. (און פון דעם נעמט זיך אויך לכאורה די איינזייטיגע תקנה אז נאר מענער מעגן האבן סמארטפאונס משא"כ ביי פרויען איז עס אסור אפילו מיטן בעסטן פילטער, איר וועט נאר פרעגן סיי וועלכן פסיכאלאג אדער קלוגער מענטש וואס ס'גייט דורך אין די מח פון איימיצן וואס מאכט אזא תקנה, וועט ער אייך זאגן גענוי ווי מיר האבן יעצט געשריבן און נאך מער, די לשונות וועלן נאר זיין אסאך אומאיידעלער.)

אינטרעסאנט, ווען דער אינגערמאן זוכט עפעס רוחניות, א גוט ווארט, אביסל חיזוק אין א שווערע צייט, א דרך אין עבודת ה', השקפה אדער סתם התעוררות קען ער עס נישט באקומען לאקאל ביי זיינע רבנים/מוסדות, ער מוז קריכן פון בידערמאן צו יעקובזון צו מוטה, פון סטיטשין קיין חב"ד אדער קיין ברסלב, משפיעים שונים ומשונים, יעדער מיט זיין מהלך, זיי זענען די דאזיגע וואס זענען אים גרייט צו סערווירן, אים צו העלפן זיין א איד, אים גרייט אויסצוהערן און ארויסהעלפן, זיי זארגן זיך פאר אים, פאר זיינע קינדער, פאר זיין שלום בית, פאר זיין וואוילזיין וכו', זיי בעטן אים נישט באצאלט, ניטאמאל פארלאנגען זיי די מכירת חמץ זאל פארקומען ביי זיי. פלוצים געבט א שפראץ ארויס זיין רב/דיין, דער וואס לעבט אויף קהל׳ס/זיין חשבון, ער ווערט פון איין רגע צום צווייטן ביטער באזארגט פאר זיין וואוילזיין, און הייבט אים אן ארויסצוהעלפן אויף א גאר מאדנעם אופן, פון אים באזידלען ביז ארויסווארפן זיינע קינדער, דער אינגערמאן שטוינט, וואס ביזטו פלוצים געווארן אזוי באזארגט, ווי ביזטו געווען ווען כ'בין דורך א שווערע תקופה, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב זיך געדארפט מיט איימיצן דורכרעדן, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב געזוכט א מהלך אין עבודת ה', ווען כ'האב געזוכט השקפה, התעוררות, מוסר, א גוט ווארט וכו'.


ווי איז דאס געשעהן?

אלע לעבעלס

~ א שמייכל אבאמאקעיר אבדול פאטאח על-סיסי אביגדור ליבערמאן אברהם מרדכי מלאך אגודת ישראל אגריקולטור אדאלף היטלער אהייא או. דזשי. בי. עי או.דזשעי. פּעק או.יו. אובער אוגאנדע אודיא אוהורו קעניאטא אוויאציע אוזבעקיסטאן אוטיזם אויסטראליע אומאן אונגארן אוקראינע אוראגוויי אורין העטש אזיע אי.יו. אי.סי.בי. אי.פי.עי. איאטאלא כומעיני איבעי איבערוואג איוואנקע טראמפ איטאליע איטסונארי אנאדערא איי.אר.עס. אייאווע איידעהא אייסיס אייסלאנד אייק קאוועלאדזשע אייקיע אייראפע איירלאנד אילינאי אימיגראציע אימעילגעיט אימעילגעיט 2.0 אימפיטשטמענט אינדאנעזיע אינדיאנא אינדיע אינדיען פוינט אינטעל אינטערוויא אינטערנאַציאָנאַל אינטערנאציאנאלן ספעיס סטאנציע אינטערנעט אינטערפאל אינפראסטרוקטור איסט ריווער איסלאמישע דזשיהאד איראן איראק איתמר גינצבורג אכמעד ראכאמי אל-על אלאבאמא אלאסקע אלבאניע אלבערטא ניסמאן אלט-רייט אלטערנעיט סייד פארקינג אלכסנדר אקאסטא אלעקס אזאר אלעקסיי נעוואלני אלעקסיס ציפראס אלערגיע אמאן אמנעסטי אינטערנאציאנאל אמעריקע אמעריקען עירליינס אנאטאלי אנטאנאו אנאליז אנגאלע אנגעלע מערקעל אנדרעי דודא אנטאני סקאראמוטשי אנטאניא גוטערעז אנטאניא לעדעזמא אנטיסעמעטיזם אנטיפא אנקעטע אסטמא אסקאר לאפּעז ריווערא אפגאניסטאן אפסטעיט נ.י. אפקויפן און פאראייניגונג אפרים שעהר אפריקע אקאיעד אולא אקלעהאמע אר.טי. אראס אגאלאראוו ארגענטינע ארי ווייזער אריזאנע ארכעאלאגייע ארעגאן ארץ ישראל ארקענסא אשראף גאני באב מענענדעז באב קאורקער באבוב באהאמעס באו דיטעל באואינג באכראין באליוויע באליסטישע וואפן באמבארדיער באן קי-מון באנגלאדעש באנק אוו אמעריקע באנקראט באסניע באצאלטע אנאנס באקא האראם באקסד.קאם בארא פארק באראק אבאמא באריס דזשאנסאן באשאר אל-אסאד באשעפעניש רעכט בודזשעט בולגאריע בי-ענד-עידזש בי.עם.דאבעליו ביאלאגישע וואפן ביבי נתניהו ביטקוינס ביל געיטס ביל דעבלאזיא ביל קעסידי בילדער בלו ארידזשין בלוטיגע שיסעריי בלומינג גראוו בלומינגבורג בלעקוואטער בעלארוס בעלגיע בעלזא בען סאס בען קארדין בען קארסן בענגלאדעש בערל לאזאר בערני סענדערס בראזיל בראנקס בראק לאנג ברוך גארין ברוך דיין האמת ברוס ראונער ברוקלין ברידזשגעיט בריטיש עירוועיס ברייטבארט ניוז ברייען קאלב ברייען ראסס ברית מילה ברסלב ברעיקינג ניוז ברעקזיט גאו דעדי גאלדמאן סאקס גאן קאנטראל גאסט עדיטאריאל גואטאמאלא גואם גוגל גוואנטאנאמע בעי גולן בערג גור גורביר גרעוואל גזירת גיוס געזונט געזעץ געזעץ ענפארסעמענט געמבלינג גערי דוד קאהן געריכט גראפיטי גרוזיע גריכלאנד גרעג עבאט דאוג דוסי דאוג דזשאונס דאמיניקען רעפובליק דאנא ברעזיל דאנא רארבאכער דאנעלד טאסק דאנעלד טראמפ דאנעלד טראמפ דזשוניער דאנקין דאונאטס דאקומענטן דוב הייקינד דוד גרינפעלד דוד הערש מאנדל דוד וואנונו דוד פריעדמאן דוישטע באנק דזשאבס דזשאו ארפעא דזשאו בארטאן דזשאו ביידען דזשאו לאוטע דזשאו ליבערמאן דזשאו מענשין דזשאן באלטאן דזשאן בוראסאו דזשאן ברענען דזשאן דאוד דזשאן טעילאר דזשאן מעקעין דזשאן עף. קענעדי דזשאן קאנינגהעם דזשאן קאניערס דזשאן קארנין דזשאן קעלי דזשאן קעסיק דזשאן קערי דזשאנסאן-און-דזשאנסאן דזשארדזש דאבעליו בוש דזשארדזש סאראס דזשארדזש פאפאדאפולוס דזשארדזשיע דזשי-20 דזשי-7 דזשי.אי. דזשיבוטי דזשיל סטיין דזשים דזשוסטיס דזשימי מאראלעס דזשימי קארטער דזשעב הענסערלינג דזשעט-בלו דזשעי.פי.מארגען טשעיס דזשעימס אניעל דזשעימס וואוסלי דזשעימס פיעלדס דזשעימס קלעפער דזשעיסאן שעיפעץ דזשענעט יעללען דזשענעראל מאטארס דזשעף בעזאס דזשעף מערקלי דזשעף סעשאנס דזשעף פלעיק דזשעפערי לארד דזשעראד קושנער דזשעראום פאועל דזשערי בראון דזשערי נאדלער דזשערסי סיטי דזשערעמי קארבין די פיליפינען די פעד די צייטונג די.עיטש.על די.ען.עי. דייטשלאנד דייעט דין תורה דינא דינע פאועל דיסקרימינאציע דיען סקעלאס דיפלאמאטיע דירות דניאל העקסטער דעבאטע דעוויד אורבען דעוויד דיוק דעווין פעטריק קעלי דעיוו רייטשערד דעיוויד אייק דעיוויד סיסיליען דעיוויד קאוטער דעיוויד קאטש דעיוויד קלארק דעלאוועיר דעלטא דעמאקראטישע פארטיי דעמיטרי מעדוועדעוו דען קאוטס דענמארק דער בלאט דער יוד דראגס דראון דרום דעקאטע דרום סודאן דרום קאראליינע דרום קארעא דשואיש אמעריקען העריטעדש מאנאט דשעימס מעטטיס דשעימס קאומי דשעיסאן גרינבלאט האוואאי האום דיפאו האומלענד סעקיוריטי האופ היקס האיטי האלאנד האלאקאוסט האמזא אסאמא בין לאדין האנג קאנג האנדא האנדוראס האנדל האנדל דעפיציט האניוועל האפינגטאן פאוסט האקים דזשעפריס האריקעין אירמא האריקעין האזעי האריקעין הארווי האריקעין מאריא הדס גאלדפארב הוליא בארגעז הומא אבאדין הונגער היידאר על אבאדי היידראזשין באמבע היימלאז הייפערלופ הילערי קלינטאן היסטאריע הלכה העלט קעיר הענריקע פענע ניעטע העק הערי ווילסאן העשי טישלער וואו עיר וואולקאן וואל סטריט דזשורנאל וואל סטריט מארקעט וואלגרינס וואלד פייער וואלווא וואלטער שאוב וואלמארט וואלן וואלקסוואגאן וואפן האנדל וואצעפפ וואקסין וואשינגטאן די.סי. וואשינגטאן סטעיט וואשינגטאן פאוסט ווידעא וויזניץ וויי.פי.זשי. ווייאמינג ווייסע עקסטרעמיזם ווילבאור ראסס וויליאם ברעדפארד וויליאמסבורג וויסנשאפט וויסקאנסין וויעטנאם וויקיליעקס וויקיפידיע ווירדזשין אטלאנטיק ווירדזשין איילענד ווירדזשיניע ווירטואלע רעאליטעט וולאדימיר פוטין וועטער וועטעראנען וועטערבאריכט וועלס פארגא ווענעזועלע ווענעטא וועסט נייל וויירוס וועסטשעסטער קאונטי ווערייזאן ווערמאנט ווערעזאנא בריק זאונינג זימבאבווע זיקא וויירוס זעלבסט-דרייוונדיגע קארס זעלבסשטענדיגקייט זקני ציון פראטאקאלן זשוליאן אסאנדזש זשורנאליזם חבד חברה הצלה חיזבאלע חיים דוד צוויבל חילול השם חינוך חנוכה חסד חסידות חתם סופר ט טאון אוו פאלם טרי טאוני בלעיר טאוני האוואטער טאיאטע טאליבאן טאם טיליס טאם מארינאו טאם פרייס טאם קאטאן טאם קארפער טאמעס ברונעל טאמעס דינאפאלי טאמעס לאופעז פּיער טאמעס שענאן טאנזאניע טאני שאריס טאפאן-זי בריק טארגעט טוויטער טויט שטראף טויס.אר.אס טוניזיע טוריזם טי.מאביל טי.עס.עי. טי.פי.פי. טייוואן טיילאנד טיים מאגאזין טים רייען טעד קרוז טעכנאלאגיע טעלעגראם טעלעמארקעטינג טעלעקאמיוניקאציע טענעסי טעסלא טעקסאס טעראר טעריסא מעי טערקיי טראגעדיע טראוועל טראמפ אינטערנאציאנאלע האטעל טראמפ טורעם טראמפ-רוסלאנד סקאנדאל טראמפקעיר טראנספארטאציע טראנספלענט טראנקריפט טרעפיק באריכט טשאד טשאק שומער טשארלי בעיקער טשארלי דענט טשארלס קאטש טשעטשניע טשעכיי יאהו יאפאן יאפפעד יארגעי מאסאן יו.עס. ארמיי יו.עס. מעיל יו.עס. נעווי יו.עס. עיר פארס יו.עס. פאוסטעל סערוויסעס יו.עס. קאוסט גארד יו.פי.עס. יואל אשר לאבין יוטא יולעט פעקערד יום כיפור יונה כהן יוני הייקינד יוניאנס יונייטעד מאנרא יונייטעד נעישאנס יונייטעד עירליינס יוסטיץ דעפארטמענט יוסי געשטעטנער יורא יעקב ליצמאן יצחק אולמאן ירדן ירושלים ישראל בער שטיין ישראל כץ כאמאס כאסאן רוכאני כאסני מובאראק כואן ארלאנדא הערנענדעז כותל המערבי כינע כעמישע וואפן כפרות כפת ברזל‎ כשרות לאטארי לאטוויע לאמאר אלעקסאנדער לאמבארדי לאנג איילענד לאנדאן לאס אנדזשעלעס לאקהיד מארטין לבנון לג בעומר להתחזק לואיזיאנא לוטער סטרענדזש לוי מאיער לופטהאנזא לוקסעמבורג לי הארווי אסוואלד ליאפאלדע לאפעז ליביע ליזשיאנעירס ליטע ליטעראטור לייוו לינדזי גרעהעם ליסע מורקאוסקי ליענדרא ענגליש ליפט ליקוי חמה תשע"ז לעבנסשטייגער לעגאלענד לעטישע דזשעימס לעיקוואד לעפטאפ פארבאט מאד-סליידס מאדנע מאונט סיני העלט סיסטעם מאיר לאבין מאלאזיע מאלטא מאלי מאליסא מארק וויוועריטא מאלקאלם טורנבאל מאן דזשי-אין מאנהעטן מאנופעקטשורינג מאנטענא מאנטענעגרא מאנטריאל מאנסי מאסאטשוסעטס מאסוד בארזאני מאפע מאקעדאניע מאראטאן מאראקא מארטי וואלש מארטין שולץ מארטין שקרעלי מאריאנא ראזשאוי מארין לא-פען מארקא רוביא מארשאל איילענדס מוזיק מוטה פראנק מוכאמאד אבאס מוכאמעד בין סאלמאן מוכאמעד נאאור מון דזשי-אין מוסלעמענער מורסא מיאמי מיאנמאר מיגועל דיאז-קאנאל מידיא ליעקס מיזורי מיט ראמני מיטל מזרח מיטש מעקאנעל מייק דובקע מייק לי מייק פאמפעיא מייק פענס מייק ראדזשערס מייקל בלומבערג מייקל גרים מייקל כהן מייקל פלין מייקראסאפט מיכאאיל סאקאשווילי מיליטער מינעסאטע מיסיסיפי מיק מולוועיני מירון מישאל אואון מישאל טעמער מישיגען מעדיקעיד מעדעצין מעטיו היימבאך מעטעאס מאראוויצקי מעין מעלאניע טראמפ מענטל העלט מענטשן רעכט מענינדזשייטיס מעקסיקא מעקסיקאנער וואנט מערב ווירדזשיניע מערילאנד מעריק מעשיות מקומות הקדושים משה דוד נידערמאן משה רוטברג נ.י. אסעמבלי נ.י. נ.דזש. פארט אויטאריטי נ.י. סיטי קאונסיל נ.י. סענאט נ.י. פּרעסביטעריען נאטא נאטאלי וועסעלניטסקאיא נאסא נאפטא נאקיע נארוועגיע נארטוועסט עירליינס נוארק נוקלעארע וואפן ניאגרא פאללס נידיא וועלאסקועז ניו דזשערסי ניו העמפשער ניו זילאנד ניו יארק טיימס ניו יארק סטעיט ניו יארק סיטי ניו יארק פאוסט ניידזשיריע ניידזשעל פאראדזש ניידזשער ניין עלעווען אטאקע נייע בוך ניעל גורסאטש ניקאול מאליאטאקיס ניקאלעס מאדורע ניקאראגווא ניקי העילי נעבראסקע נעוואדא נעט נוטראליטי נענסי פעלאוסי נעשאנעל גארד סאאד הארירי סאדיק קהאן סאודי אראביע סאוט טשיינע סי סאוטוועסט עירליינס סאטמאר סאל אלבאניז סאלוואדאר נאסראלא סאמאליע סאן דיאגא סאן פראנציסקא סאני סאנקטוארי שטאט סאנקציעס סאשעל מידיא סודאן סוזען קאלינס סוזען רייס סוכות סועז קאנאל סופרים קאורט סטארבאקס סטיוו בענאן סטיוו דעינס סטיוו מענוטשין סטיוו ניוהאוז סטיוו סקאלייס סטיווען מיללער סטיווען פעדדאק סטעטן איילענד סטעיט דעפארטמענט סי.איי.עי. סי.די.סי. סי.ווי.עס. סי.ען.ען. סי.עף.פי.בי. סיטגאו סיטי בייק סייבער אטאקע סייבער סעקיוריטי סייפולאו סייפאוו סילוועסטער טורנער סינגאפאור סיערע ליאון סיקרעט סערוויס סיר סיריע סלאוואניע סלאוואקיי סנעפ סעבעסטשען גארקע סעבעסטשען קורטז סעט ריטש סעם קלאוויס סעמסאנג סערא האקעבי סאנדערס סערביע סערגעי גארקאוו סערגעי לאווראוו סערגעי קיסליאק סערגעי ריאבקאוו ספארטס ספיריט עירליינס ספעיס עקס ספערן ספרינט סקאט סטרינגער סקאט פרואיט סקאטלאנד סקול באס סרי לאנקא עגיפטן עגיפטן-עיר עד גילעספי עד דעי עד ראויס עדווארד פילליפ עדעם שיף עזרא קאהן-וואטניק עטיאפיע עטנע עי.בי.סי. עי.טי. ענד טי. עי.סי.על.יו. עי.על.עס. עיטש.אר. מעקמעסטער עיר בי-ענד-בי עיר פרענס עירבאס עירבאס 380 עירוב על באגדאדי על דזשאזירא על פרענקען על קאידא על שאבאב על.דזשי.בי.טי. עליאט ענגעל עליזאבעט ווארען עליס וועלס עלען מאסק עלעקטארעל קאלעדזש עלעקטריק קארס עלעקשאן 2016 עלעקשאן 2018 עלעקשאן 2020 עלעקשאן 2021 עם.טי.עי. עם.עס.13 עם.עס.ען.בי.סי. עמא וואלף עמטרעק עמינענט דאמעין עמיראטן עממאנועל מאקראן עמעזאן עמערסאן מענאנגאגווא ען.אר.עי. ען.וויי.יו. ען.וויי.פי.די. ען.עס.עי. ענגלאנד ענדרו גאלדשטיין ענדרו מעקעיבי ענדרו ענגלין ענדרו קאומאו ענווייראמענטאל ענטאני ווינער ענערגיע עסטאניע עסטרייך עף.בי.איי. עף.די.עי. עף.די.ען.וויי. עף.סי.סי. עף.עי.עי. עפל עצות און הילף עקאנאמיע עקזעקוטיוו ארדער עקיופאקס עקסאן מאביל עקסידענט עקסעס אויל פייפליין עקסקלוסיוו ערד ציטערניש עריק גאנזאלעס עריק טראמפ עריק עדעמס עריק שניידערמאן פאדעסטא גרופ פאדערשטע זייט פאול לעפעידזש פאול מענעפארט פאול רייען פּאוליעוו פאולענד ספרינג וואסער פאטולא גולאן פאליטיק פאליציי ברוטאליטעט פאליציי שיסעריי פאלסבורג פאלעסטיניע פאלעסטינער אויטאריטעט פאלשע נייעס פאנאמא פאקיסטאן פאקס ניוז פאראגוויי פאראדייס פאפירן פארד פארט לאדערדעיל פארטא ריקא פארטוגאל פארטיידיגונג דעפארטמענט פוטש פוילן פון אידישער ווינקל פון אייוועלט פון די צייטונג פון דער בית פון דער יוד פון המספיק גאזעט פון חיבורי הקהילה פון יעזורו פון ישיבה ווארלד ניוז פון לוח היום פון לוח הציבור פון פיינע נייעס פון ק"י וואכנשריפט פון קאווע שטיבל פון קוק ווינקל פון קעטסקיל נייעס פי.די.עף. פי.קעי.קעי. פיאט קרייסלער פיו ריסוירטש פיטער גאלינסקי פיטער סטראזשק פייזער פייער פיל מורפי פיליפ גאלדבערג פיליפ העמאנד פימא פינאנץ פינלאנד פלארידע פליטים פליעדיגע קאר פלעטבוש פסיכאלאגיע פעדעריקא ווילסאן פּעטי מאורי פעטרא פאראשענקא פעיסבוק פען סטעישאן פענסילוועניע פעסקא פערו פערסישן גאלף פעשמערגא פראטעסט פראנקרייך פרידאם קאקוס פריט באהרארא צדקה צהל צונאמי ציווילע קריג ציוניזם ציפערן צניעות צענזוס צפון דעקאטע צפון קאראליינע צפון קארעא צפת קאוועיט קאורי בוקער קאורי לאוואנדאוסקי קאזאכסטאן קאטאלאניע קאטאר קאטאר עירליינס קאלאמביע קאלאראדא קאליפארניע קאלעד אלי קאמאלא העריס קאן עדיסאן קאנאדע קאנגא קאנגרעס קאנדאליזא רייס קאנטינענטאל עירליינס קאנסומער פרייוועסי קאנסטרוקציע קאנעטיקוט קאסאווא קאסטקא קאקא קאלא קארו קארופציע קארטער פעידזש קאריביענס קארל אייקהאן קארלאס מאנאם קארלאס פוזשעמאנט קארס קהל לב טהור קהלא קדישא קו קלאקס קלען קובא קווינס קולטור קום יאנג-און קונסט קורדיסטאן קורדן קורצשלוס קידוש השם קים גודאנגא קים יאנג אן קינדליין קיסטאון אויל פייפליין קיעט שילער קירוב רחוקים קלאגע קלמן יעגער קלעיר מעקעסקיל קעטסקילס קעי.דזשי.בי. קעיפ ווארדע קעליען קאנוועי קענטאקי קעניע קענסאס קענסער קענעדי פיילס קענעט פרעיזשער קערען הענדעל קראאטיע קראון הייטס קריג קרימינאל קריס קאלינס קריס קריסטי קריסטאפער פארינא קריסטאפער רעי קריסטין דזשיליבראנד קריסטינא קירשנער קריפטא-קורענסי קרית טאהש קרית יואל ראאול קאסטרא ראב גאלדסטאון ראבאט ראבערט מוגאבי ראבערט מוללער ראבערט עסטארינא ראד וויהלער ראד ראזענשטיין ראדזשער סטאון ראדריגא דוטערט ראוד איילענד ראיאטן ראילא אודינגא ראלף נארטעם ראם עמאניועל ראן דזשאנסאן ראסיזם ראסיפ טאיעפ ערדאוואן ראש השנה רובען דיאז רודי דזשוליאני רויטע קרייץ רויטערס רומעניע רוסלאנד רוסלאנד-וואלן סקאנדאל רחל מעדאו רי יאנג הא ריטינק-עקס ריטעיל ריטשארד בוערי ריטשארד בור ריטשארד בלומענטאל ריטשארד ספענסער ריטשארד פאוסעט ריטשארד קארדרעי ריטשי טאורעז רייזע פארבאט רייט-עיד רייכערן רייען זינקע רייקערס איילענד רינאט אכמעטשין ריעל עסטעיט ריק סקאט ריק פערי ריקאל ריקארדא ראסעלא רעגיאנאל ביקור חולים רעגירונג רעגירונג פראגראמען רעי מאר רעינס פריבוס רעליגיע רענד פאול רעפובליקאנער פארטיי רעקס טילערסאן שאן העניטי שאן ספייסער שבתאי שווייץ שוועדן שומרים שחיטה שטורם שטייער שי דזשינפינג שינזא אבעי שיפפינג שיקאגא שלום מרדכי רובאשקין שלמה העלבראנץ שמואל בוטח שמחה פעלדער שמחות שעלדאן סילווער שעלי קעפיטא שפאניע שפיאנאזש שרה נתניהו תולדות אברהם יצחק תימן תפילה תשעה באב