פון זאכליך

א גרופע אסטראנאמער האבן אויפגעשטעלט א פראיעקט מיט ספעציעלע פארגעשריטענע כלים, צו קענען זיך צוהערן צו כוואליעס וואס קומען פון ווייטע ספערן וואס ענטהאלט אינפארמאציע, א שטייגער ווי ראדיא כוואליעס אדער ווייערלאזע קאמוניקאציע מעסעדזשעס.

די ציל פון די מיסיע, איז צו טרעפן אנדערע פלאנעטן מיט מענטשן דערויף. ס'לאזט זיך גלייבן אז אויב איז דא אנדערע פלאנעטן מיט מענטשן, זוכן זיי אויך אונז צו טרעפן, און מן הסתם וועלן זיי ארויסשיקן ראדיא כוואליעס.

זיי זענען געווארן שאקירט אפאר טאג צוריק, ביים זיך צוהערן צו א שטערן אין דעם ווייטן גאלאקסיע, ביילייפיג 3 ביליאן ליכט ווייט, ווען זיי האבן געהערט 15 ראדיא בורסט (קורצע ראדיא כוואליעס).

סייענטיסטן זענען נאכנישט זיכער פון וואס די ראדיא כוואליעס קומען, אבער אפילו אויב זאל עס זיין פון מענטשן, וויבאלד ס'איז 3 ביליאן ליכט יאר ווייט, מיינט עס אז די כוואליע איז געווארן ארויסגעשיקט 3 ביליאן ליכט יארן צוריק, און די פלאנעט וואס האט אנטהאלטן די מענטשן איז שוין לאנג אויסגעשטארבן.

בילד: סייענטיסטן האבן באוויזן צו באקומען ראדיא כוואליעס פון א ווייטע גאלאקסיע אין ספעיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל